ספריית חב"ד ליובאוויטש

ג'תקכז

ב"ה, ג' סיון, תשט"ו

ברוקלין.

הנהלת בית המדרש נוסח האר"י ז"ל...

ד' עליהם יחיו

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער בריף פון כ"ד אייר, געשריבען דורך דעם מזכיר מוה'.. אין אויטראג - לויט ווי ער שרייבט - פון דער הנהלה, ובמענה עליו:

בכלל ווען עס זיינען פראן חילוקי דיעות צווישען צווי צדדים, און עס נעמט אן א פארם פון מחלוקת, עפענטליך און מיט שארפע אויסדריקען, איז כמעט שטענדיג זיינע שולדיג ביידע צדדים, אויב אפילו אין פערשידענע מאסן און אמאל אויך איין צד אין א גאר גרויסער מאס, אבער עפעס שולד איז פראן אין יעדער צד. זעלבסט פארשטענדליך, אז מיינונגס פערשידענהייט איז א נארמאלע ערשיינונג, ווארום עס איז אין דיעותיהם שוות, אבער ניט אז דאס זאל צובריינגען צו מחלוקת און אין א שארפער פארם.

על אחת כמה וכמה, ווען דאס איז פארבונדן מיט א שול וועלכע איז א בית תפלה לו יתברך, וואו אידען קומען דאוונען און אויסבעטען בא השם יתברך, דאס וואס מען נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות, און הקב"ה וואס ער איז דער עצם הטוב, וויל ממלא זיין בדי בקשות און די תפלות, איז אבער א באדינג, אז אלע מתפללים און אלע דיעה זאגער פון שול, געדיינקען דעם פסק המשנה, לא מצה הקב"ה כלי מחזיק ברכה ישראל אלא השלום, ווא אט דר פסק המשנה, מאכט נאך מער פארשטענדליך, אויף וויפיל מוז הערשען שלום אין א בית הכנסת, אלס צוגאב אויף דעם מוז, פון שלום בכלל.

עס איז שווער אויסצוהערען טענות פון איי צד, און בכל זייענדיק פון דער ווייטענס, צו ארויסבריינגען החלטת אין אזעלכע ענינים, אבער איך בין זיכער אז בא א גוטען ווילען, דארפמען ניט אנקומען צו החלטות אין דעם פון א אנדער ארט, און עס איז גענוג אז מען זאל זיך צונויפריידין צווישן זיך און געדיינקענדיק דערביי, לויטן אויסשפראך פון רבנו הזקן אין תניא ריש פרק מ"א, אז הקב"ה מניח העליונים ותחתונים ונצב עליו ומביט עליו ובוחן כליות ולב, וואס דאס מיינט כפשוטו יעדער איינעם פון די פארזאמעלטע, אויך דענסטמאל ווען זיי וועלן באהאנדלען דעם ענין וועגען ועלכען איר שרייבט אין בריף.

אלע דארפען זיך אריינטראכטען אין דעם אמת פון דער זאך און נעמען אין אכט, אין דער פולסטער מאס, אז דאס איז א מקום קדוש, וואס דארף ממשיך זיין קדושה ועון מען געפינט זיך דארטען, און אין א גוויסער מאס אויך מיטנעמען אהיים פון אט דער קדושה.

און זיכער ועוט מען געפינען וועגען אז עס זאל זיין שלום צווישען אלעמען לאורך ימים ושנים טובות, און אז אלע צוזאמען, בלבב שלום, זאלן אוישפרייטען די השפעה פון זייער בית המדרש - ווי עס פאסט פאר א שול וועלכעס טראגט אזא נאמען, נוסח האר"י ז"ל, אין דער גאנצער סביבה.

און ספעציעל זיינען די טעג, הכנה טעג צו מתן תורה, צוגעפאסט צו דעם וואס ווי דער פסוק דערציילט, האבען אידען באקומען די תורה, דורכדעם וואס ויחן שם ישראל נגד ההר, ויחן לשו יחיד, כולם כאיש אחד.

האפענדיג צו באקומען בקרוב גוטע בשורות אין דעם ענין ובברכה לקבלת התורה בשמחה ובפנימיות.

ג'תקכז

נדפסה בלקו"ש חט"ז ע' 612.

חילוקי דיעות: ראה גם אגרת שלאח"ז.