ספריית חב"ד ליובאוויטש

ג'תרעו

ב"ה, כ"ז תמוז, תשט"ו

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ כו' מוה"ר יונה שי'

שלום וברכה!

איך באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון כ"ק תמוז, און עס וואונדערט מיר וואס איר דערמאנט גארניט ווי איר האט אויגעניצט די טעג פון י"ב וי"ג תמוז, ימי הגאולה של כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, גאולתנו ופדות נפשינו, און אויב ח"ו זיינער ציט איז דאס ניט אויסגעניצט געווארען צו מאכען א התועדות ובהתעוררות לתורה מצות והחלטות טובות, איז לויט דעם ווארט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר אז טובה פעלה אחת מאלף אנחות, וויל איך ניט אין מיין בריף צו קרעכצען אויף דעם עבר, נאר האפען אז איר וועט זוכען ענערגיש א געלעגענהייט צוזאמענקומען זיך מיט די וועלכע זיינען שייך צו דעם (וואס באמת זיינען אלע אידען שייך צו תורה ומצות אן אונטערשייד, ווארום אויף יעדער איינעם פון זיי איז געזאגט געוארען דער דבור וועלכער איז דער יסוד פון גאנץ תורה, אנכי ה' אלקיך, לשון יחיד), און די כוונה פון דעם צוזאמענקומען זאל זיין אויף צובריינגען צו התעוררות און החלטות אויף להבא אין ענינים פון יראת שמים תורה ומצות, און מען דארף ניט טראכטען אז מען איז איינער אין א פעלד, ווארום יעדער איינער איז [א] שליח מהשי"ת בורא העולם ומנהיגו און ער ברוך הוא איז דער בעל הבית אין יעדער צייט און אין יעדער ארט און אויך אין באגאטא בזמן הגלות ניט ווייניגער ווי אין קדשי הקדשים בזמן שבית המקדש הי' קיים, ואין להאריך בדבר הפשוט.

אויף דעם שאלה וואס מען האט געפרעגט אין מהרש"א (שבת קה, א), וועלכער זאגט אז ת' מורה על הרבים, וקשה דנמרצת - בתי"ו - איז איך ל' יחיד - לא קשה ווארום דער מהרש"א זאגט ניט אז נמרצת דא איז ל' רבים, נאר אז ת' מורה על ל' רבים, וכוונתו - אין פסוק האט געקאנט שטיין נמרצה אדער נמרצת, און דאס וואס מען האט אויסגעקליבען דוקא באות ת' וואס ת' על פי דקדוק איז א סימן ומורה על הרבים איז דאס לרמז אז אין דער קללה יחידה איז נכלל געוו[א]רען מערערע.

נאך פארשטאנדיקער איז דאס, נעמענדיג אין בעטראכט אז: א) רז"ל דרשענען, אין מערערע ערטער, פסוקים בשינוי הנקודות (אל תקרי בניך אלא בניך. ועוד). ב) ברבים איז די ענדוג - ות, אבער הונדערטער מאל אין תנ"ך אויך אן א וא"ו (אבות, אבת. ועוד). ווען אין אויבענדערמאנטען פאל וואלט געשטאנען נמרצה - וו[א]לט ניט געקאנט זיין א מעגליכקייט טייטשען - לשון רבים, שרייבענדיג אבער נמרצת גיט מען די מעגליכקייט לייענען עס און דרש[ע]נען נמרצת בחולם לשון רבים.

בברכה להצלחה בכל הנ"ל ולבשורות טובות בעניני פרנסה בגשמיות.

ג'תרעו

מוה"ר יונה: דרעשטער, באגאטא. אגרות נוספת אליו - לקמן ג'תשמב.