<< >>

תקנח

ב"ה,

... כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, אין איינעם פון זיינע בריף* וועגען דער הסתלקות פון זיין פאטער שרייבט ער, אז צדיקים מגיני ארץ איז אפילו נאך הסתלקות "הנה לא זה בלבד שלא יפרדו מעל צאן מרעיתם, הנה עוד זאת מתרפסים להדום כסא מרום להתייצב לפני הוד א-ל רם ונשא להגן על עם ישורון".

דאס זעלבע איז ריכטיג אויך בנוגע כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע הכ"מ.

מיר אבער, פון אונזער זייט, דארפען אנהאלטען און שטארקען אונזער התקשרות און פארבונד מיט עם ביתר שאת ויתר עז, דורך דעם וואס לערנענדיג די מאמרים שיחות ומכתבים און פארטיפענדיג זיך אין די הוראות וואס געפינען זיך אין זיי, ווי אויך אין די הוראות פרטיות וואס מען האט באקומען, וועלען מיר גיין "בדרך ישרה אשר הורנו מדרכיו ונלכה באורחותיו נצח סלה ועד"**...

מנחם שניאורסאהן

ח"י שבט, ה'שי"ת

תקנח

נדפסה בלקו"ד ח"ד ע' 1154. לקו"ש חי"א ע' 204.

זוהי האגרת הראשונה שכתב כ"ק אדמו"ר שליט"א אחר הסתלקות כ"ק אדמו"ר מהוריי"צ נ"ע, ביו"ד שבט תש"י, בתוך הקדמת לקו"ד שהו"ל מיד עם תום השבעה.

איינעם פון זיינען בריף: אג"ק שלו ח"א אגרת עב.


<< >>









©ספריית אגודת חב"ד, תשס"ו מנהל הספריה: הרב שלום דובער לוין עורך האתר: הרב יצחק רויטמן