ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תתצ

ב"ה, ד' מ"ח, תשי"ג

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו'

מוה"ר חיים שאול זאב שי'

שלום וברכה!

זיינער צייט האב איך באקומען אייער בריף פון י"ט אלול, און צוליב די טרדות פון חדש תשרי העבר, האט זיך אפגעהאלטן מיין ענטפער אויף דעם בריף (מיין בריף בברכה צום נייעם יאר - האט איר זיכער באקומען אין צייט).

איר דארפט זיך ניט ענטשולדיגן, וואס איר שרייבט בפרטיות און אויך וואס איר שרייבט אין אידיש, וויילע דער עיקר איז דער אינהאלט פון דעם שרייבן, און ניט די שפראך אויף וועלכער מען שרייבט, און וואס איינפאכער געשריבן, אלץ מער הארציקער איז דאס, און נעמט מער אראפ דעם פארשטעל וואס טיילט אפ איינעם פון דעם אנדערן, און פארשטארקט דאס וואס פאראיינציגט איינעם מיט דעם אנדערן.

איך בין געווען צופרידן צו לייענען אין אייער בריף, אז איר געדיינקט די ווארימע פארבינדונג מיט מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וואס, ווי די חז"ל זאגען אונז, איז א צדיק נאך זיין הסתלקות געפינט זיך אויך אין דעם עולם, און איז משפיע דא, מער ווי זייענדיג אין א גוף אויף דער וועלט, און די סיבה דערפון איז, וויילע דער גוף, זייענדיג אפילו אין דער העכסטער דרגא, איז דאך באגרעניצט ער מיט דעם ארום, אבער בא א צדיק נאכדעם ווי עס ווערט אראפגענומען די באגרענצונג פון זייף גוף און זיין נשמה אליין איז דער גאנצער בעל הבית, און בפרט בא א נשיא הדור - האט זי - די נשמה - די קראפט און מעגליכקייט צו אויפטאן אין דעם עולם אפילו, מער ווי פריער.

במילא, איז די אלע ברכות וואס איר האט געהאט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר, פאר אייך און אייער פאמיליע שיחיו אין גשמיות און אין רוחניות, זיינען אין זייער פולער קראפט און שטארקייט אויך איצטער, און ווען אפילו אטייל פון די ברכות האט איר נאך ניט געזעהן זייער ערפילונג, איז זיכער אז בקרוב וועט איר דאס זעהן אפילו מיט די פליישיגקע אויגען.

איר דארפט זיך ניט ערגערן און נעמען צום הארצן, - ווי איר שרייבט אין אייער בריף - פון דעם וואס איר זייט אין געשעפט מער ניט ווי א קורצע צייט יעדן טאג, און ניט ווי פריער וואס איר פלעגט זיין אין געשעפט פון אין דער פריה ביז שפעט אין אווענט, וויילע דאס וואס השם יתברך וויל געבן בפרנסה און רייכקייט, קען ער געבן אפילו ווען זייענדיג א קורצע צייט אין געשעפט, און די פרוי און קינדער קענען אויספילן די איבעריקע צייט, און מער וויפיל השי"ת וויל געבן, איז 1) דארפמען ניט וועלן דאס, און 2) עס וועט ניט העלפן דאס זיין אין געשעפט מער וויפיל דער געזונט ערלויבט. און דער עיקר איז, אז איר זאלט ניט מאכן ווייניקער ח"ו, אייערע הנהגות בנוגע צום דאוונען, זאגן תהלים, געבן צדקה און ענליכעס, וואס דאס אלץ זיינען ענינים וועלכע השי"ת האט אוועק[גע]געבן צו דעם מענשנס אויסוואל - בחירה - און דאס ווענדעט זיך אן רצון פון מענשן, צו פארגרעסערן און אויסברייטערן די גוטע הנהגות, און מיט פארגרעסערן אט די זאכן, וועלכע זיינען כלים און צנורות - טשענעלס - צו די ברכות פון השי"ת, ווערט אויך פארגרעסערט די השפעה ברכה והצלחה וועלכע הקב"ה גיט צו די וועלכע זיינען פארבונדן מיט עם ברוך הוא...

בברכה לבריאות הנכונה און אידישן נחת פון זיך פרוי און קינדער שיחיו.

מ. שניאורסאהן

א'תתצ

מוה"ר חיים שאול זאב: באכער.