ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תתקטז

ב"ה, כ"ה מ"ח, תשי"ג

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו הערען פון הרה"ג הרה"ח וו"ח אי"א נו"נ וכו' מוהרש"ז שי' העכט וועגען דער הצלה פון אייער טאכטער... תחי', און איך האף אז דאס וועט זיין א גוטע התחלה אז פון איצטער אן און ווייטער וועט איר האבען פון איר אין א פרידליכן רוהיגען אופן נחת, אידישן נחת, וואס דאס איז דער אמת'ר נחת וואס א איד קען האבן פון קינדער, אזוי איז אלעמאל געווען און בפרט אין דער צייט וואס עס זיינען פראן פילע איבערקערענישן און ענדערונגען, איז די זיכערקייט וואס מען קען געבען קינדער, איז דאס דורך דעם וואס מען פארבינדט זיי מיט דעם בורא עולם, וואס ער ברוך הוא איז דער בעל הבית פון דער גאנצער וועלט און פירט אן מיט אלע איינצעלהייטען, און דער פארבונד מיט השם יתברך איז דאס דורך דעם וואס מען לעבט א לעבען פון תורה ומצות, און השם יתברך זאל אייך העלפען, אז איר זאלט דאס אויספירען מתוך שמחה והרחבה.

ב) אויך בין געווען צופרידען, וואס איר אנערקענט און דעם צופאל פון אייער טאכטער, אז דאס איז א ענין פון השגחה פרטית, וואס דאס דארף בא אייך פארשטארקען דעם באווייז, אז השם יתברך היט אייך און אייערע בני בית, און אז מען פארשטייט איין מאל דעם וואונק - רמז - וואס מען גיט מלמעלה, איז מען דערמיט יוצא אויף לאנג און אויף דער גאנצער צייט, אז מען זאל, ח"ו, ניט דארפען נאך אמאל דערמאנען אין אזא אופן, וויילע מען געדיינקט אליין.

ג) פון יעדער זאך וואס א איד זעהט קען מען ארויסלערנען א לעסאן אויך אין דעם פערזענליכען לעבען, ווי מיר האבען דאס געהערט מערערע מאל פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר אין נאמען פון בעל שם טוב הקדוש, און אויך פון אייערע ביזנעס קען מען ארויסלערנען א רמז אויף דעם:

ד) לויט ווי הרה"ג העכט שי' שרייבט מיר איז אייער געשעפט ארום אוטאס, די זאך פון א אוטא איז, אז דאס האט די מאטעריאלען און די קראפט דורך וועלכע ער באוועגט זיך און גייט פון איין ארט צום אנדערען, אבער דער ערשטער שטויס - דחיפה - קומט דורך א פונק, וואס דאס סטארטען איז דער אנהויב פון דער גאנצער שפעטערדיקער באוועגונג פון דעם אוטא, אבער עס איז ניט גוט אז אט דעם סטארטער פונק, זאל מען דארפען געבען אפט, אדער צו יעדער טייל באוועגונג פון דעם אוטא. אזוי איז אויך בא א מענשן ובפרט בא א אידן: דער תכלית פון א אידן איז, אז ער זאל זיין א עובד ה' - דינען דעם אויבערשטען ברוך הוא - און דינען מיט די כחות וואס השם יתברך האט אריינגעגעבען אין זיין נפש האלקית אויך מיט זיין נפש הבהמית, איז צום אנהויב אדער פון צייט צו צייט נעמט ער אויף - דער מענטש - א פונק וואס סטארטעט די גאנצע פראסידור, אבער עס איז ניט גוט, אז מען זאל דארפן אנקומען צום פונק אפטער, און זיכער אז מען דארף דאס ניט צולאזען דורך דעם וואס מען דארף זיך צוהערען צום ערשטען פונק - רמז - און דינען השי"ת מיט די אייגענע כחות וואס השי"ת האט אריינגעגעבען אין דעם מענשן,

ה) זיכער זאגט איר תהלים נאכן דאוונען יעדער אין דער פריה און עס וואלט געווען גלייך אז איר זאלט געבען יעדען מאנטאג און דאנערשטאג עטליכע סענט אויף צדקה, והשי"ת יצליחו.

בברכה.