ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תתקעא

ב"ה, אדר"ח טבת, תשי"ג

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער בריף, פון כ' כסלו, ער"ח טבת העבר, פארן פארען אויפן אהל פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און האב דארטען מזכיר געווען אייך און אייערע בני בית שיחיו צו דעם וואס איר באדארפט.

ב) בנוגע אייער שאלה, אפשר זאלט איר זיך באזעצען אין א אנדער ארט, וואס דארטען איז פראן א סברא פון א גוטער דירה אין א גוטער סביבה, גוטע ארבעט און גוטע פרנסה וכו', און איר פרעגט מיין מיינונג אין דעם:

מיין מיינונג אין דעם איז - און איך בעט אייך איבערגעבען עס צו אנ"ש שיחיו פון כפר חב"ד, דאס זאל דינען אלס ענטפער אויך צו אייניגע פון זיי וואס האבען זיך געווענדעט צו מיר מיט אזא שאלה - און דאס איז פאלגענדע:

לויט אייער בריף - און אויך אלע ווייסען דאס - איז אייער אלעמענס נסיעה לאה"ק ת"ו געווען בחיי כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע בעלמא דין, און איר האט געהאט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר בריף בנוגע צו דעם אופן פון אייער הסתדרות, און, ווי ער האט אייך געשריבען פילע מאל, אז איר זאלט זיך האלטען צוזאמען און אויפשטעלען דעם כפר חב"ד וכו' וכו'.

עס איז ידוע וואס שטייט אין חסידות אין פילע ערטער, אז בכלל איז דער ענין הפרנסה יעצט, על דרך ווי עס איז געווען דער מן אין מדבר, וואס דאס הייסט - באופן נסי, ווארום ע"פ שכל, איז קשין מזונותיו של אדם וכו' און אין די צייטען בפרט, במילא איז דאס נאר באופן נסי, מער ניט וואס צוליב דעם העלם הגלות, ווערט דאס - די פרנסה - געגעבען אין אזא אופן, אז עס איז דא א מקום לטעות וכו'. דאס איז אפילו אזוי אין חוץ לארץ, און בפרט אין ארץ ישראל, וועלכע איז נאך לע"ע בחורבנה, תובב"א, איז פארשטענדלעך אז דארטען איז דער ענין פון פרנסה גשמית נאך שווערער. דערפאר דארפמען זיך אנהאלטען אין די אלע זאכען, וואס מאכען דאס גרינגער, און ניט טאן ח"ו קיינע ענינים וועלכע זאלען מאכען דעם ענין נאך שווערער.

איינער פון די הויפט ענינים צו אויפנעמען ברכות, איז דער ענין האחדות, וכמ"ש בתניא פרק ל"ב, ומבואר בכמה מקומות בדא"ח, וגם בספרי מוסר, און עס איז פארשטענדלעך אין שכל אנושי. נאך א ענין אין דעם איז, אז מען דארף זיך אנהאלטען אין דעם צנור, וואס דער נשיא הדור, כ"ק מו"ח אדמו"ר, האט אנגעוויזען, ווארום אז מען פרואווט מיט אייגענע צנורות, איז אמאל טרעפט מען צו, און אמאל ח"ו ניט. נאך א דריטער ענין אין דעם איז, אז בכדי דורך די צנורות זאל גיין די השפעה במילואה, דארפמען זיך אנהאלטען אין די הוראות ודרכים פון דעם וואס האט אנגעוויזען אויף די צנורות, און ווער עס איז דער ממוצע המחבר מקור כל ההשפעות צו די מקבלים.

המורם מכל הנ"ל, אז דער ענין פון היפך האחדות ופירוד הלבבות... איז דאס ניט נאר היפך הרצון פון נשיאנו כ"ק מו"ח אדמו"ר, וואס דורך עם ווערען נמשך אלע השפעות, נאר יעדערער וועלכער האט א חלק אין דעם, ח"ו, איז ער בגדר החובל בעצמו והחובל באחרים, און עס איז ידוע דער פתגם כ"ק אדמו"ר הצמח צדק: אל"ף בי"ת גימ"ל דלי"ת. אל"ף - אחדות (אדער אהבה) בי"ת - ברכה. גימ"ל - גאוה, דלי"ת - דלות.

ג) עס איז זעלבסטפארשטענדלעך, אז די ברכה וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר איז משפיע, איז דאס צום אלעם ערשטען צו די עולים מאנ"ש של מדינתינו פון כפר חב"ד, און דערנאך צו די שנתיישבו אין אנדערע ערטער. במילא דארפמען זיך משתדל זיין מיט אלע מעגליכקייטן, אויב אפשר אויפנעמען די ברכה אויף דעם ארט, און ניט באזעצען זיך ווייטער, וואס זאל מאכען ליינגער דעם וועג ביז עס וועט אנקומען און גרייכען דארט.

עס איז קרוב הדבר לאמר אז עס זיינען פראן קצת מאנ"ש שיחיו וואס זייער מקום פרנסה איז ניט אין דעם כפר חב"ד, אבער לויט דער הנהגה פון תורה, איז צום ערשטן - דארפמען גיין אין דעם וועג הנראה להרוב, נאר אויב מען האט שוין אלץ אויסגעפרובט און מען זעהט אז עס איז אונמעגליך, ערשט דענסטמאל דארפמען פרובען אנדערע וועגען.

ד) אויב אין אלע ערטער דארפמען זיך אנהאלטען אין די פערשידענע תקנות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, איז, על אחת כמה וכמה - די וועלכע האבען זיך נאך ניט איינגעארדענט אינגאנצען און בפרט בארצנו הקדושה ת"ו, וואס דארטען איז עיני ה' אלקיך בה מראשית שנה עד אחרית שנה, דארפמען דארטען נאך א גרעסערען זכות, צו יעדער ענין, איז זיכער אז מען דארף זיך אנהאלטען אין די תקנות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, און דורך דעם זוכה זיין צו די ברכות און השפעות בדרך הטבע למעלה מן הטבע, וואס יעדערער באדארף פאר זיך און אלע זיינע בני בית.

ה) ווי געזאגט פריער, וועט איר דאס זיכער איבערגעבען צו די אנ"ש שיחיו פון כפר חב"ד, און דער עיקר מדגיש זיין דעם ענין ראשון, דעם הכרח היותר גדול אין דעם קירוב הלבבות, ווי עס ווערט ערקלערט אין דעם מאמר החלצו מיט דער הוספה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, דער ענין איז נאך פיל וויכטיקער אין אה"ק ת"ו, און בפרט פאר חסידים און מקושרים פון נשיאי חב"ד.

בברכה שהשי"ת יתן להם הרעיון הנכון איפ[ה] להסתדר ותהי' להצלחה הן בגשמיות והן ברוחני'.

א'תתקעא

נדפסה בלקו"ש חי"ט ע' 472.

לתוכנה ראה גם לעיל אגרת א'תתקלט. לקמן ב'רמב.

אל"ף.. דלי"ת: ראה גם לעיל ח"ד אגרת א'לה. לקמן ב'רמא.

אין אה"ק: ראה לעיל ח"ו אגרת א'תשסט, ובהנסמן בהערות שם.