363
געהערט פון זייערע חסידישע מחנכים, אַ סיפור פון אַ משכיל און עובד איז מטהר דעם מוח השומע, אַ סיפור פון אַ עובד ומשכיל איז מטהר דעם לב השומע, די פלעגען אין זייער עבודה גיין פון קאָפּ צום האַרץ און די פלעגן גיין פון האַרץ צום קאָפּ. דער צד השוה איז אַז עס איז געווען אַ דוק בככי ותשכח בנגרי12, עס איז געווען אַ הא והא, און איצטער באַ די שטופער חסידים איז, לדאבון לבנו, לא הא ולא הא.
יב. דורך די תלמידי החדרים, וואָס כ"ק רבינו הזקן האָט מסדר געווען קומענדיק דעם ערשטן מאָל פון מעזריטש, האָט מיט זיי רבינו הזקן געבויט דעם עדת חסידי חב"ד, און האָט זיי געטיילט אין דרגות לויט זייער צושטאנד אין מעלת המוחין והמדות, אָבער דער צד השוה איז געווען אַז אַלע זיינען זיי געווען איבערגעגעבן צום יסוד מוסד פון חסידות חב"ד עבודה שבלב ותיקון המדות.
באַ אַ געוויסער התועדות האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מצייר געווען דעם מהות פון חסידים הראשונים פון התחלת התייסדות חסידות חב"ד.
הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מקבל געווען דורך מורו המגיד ממעזריטש די דרכי והנהגת מורנו הבעש"ט אין אהבת ישראל, פון מורו הרה"ק המגיד ממעזריטש האָט ער מקבל געווען די עבודה פון אהבת השם און די עבודה פון אהבת התורה, מיך — האָט רבינו הזקן געזאָגט — האָט דער זיידע — כוונתו מורנו הבעש"ט — געבענטשט מיט הצלחה אין נוטע זיין אין די אברכים המחונכים דעם פרדס חסידות חב"ד.
באַ חסידי חב"ד, אַזוי ווי באַ חסידי חג"ת ונה"י ווי אויך באַ אידן ניט חסידים, זיינען אין אַלע צייטן געווען חילוקי דרגות אין מוחין ומדות, אויך זיינען זיי אַיינגעטיילט אין זייער סוג עבודה, עבודה כללית און עבודה פרטית, ווי מלמדים, רבנים שוחטים און בעלי בתים, הענדלער און מאַרק מענטשן, אָבער דער צד השוה באַ אַלעמען איז געווען אַז זיי זיינען געווען חסידים בעלי עבודה, מען האָט געטאָן מיט זיך אויף צו שטייגן אין עבודת החסידות.
יג. עדת החסידים בכלל, בלא פלוג צי חסידי חב"ד, צי חסידי חג"ת אָדער נה"י היטן אופצופירן זיך און זייערע בני בית האָבן זיי מדריך געווען.
אין אונזער געבורט שטעטל ליובאַוויטש זיינען דאָס רוב בעלי בתים געווען חסידים פון געבורט און אין אַלע שולן האָט מען געדאַוונט נוסח האריז"ל, חוץ אַ קליינער טייל, ניט קיין ליובאַוויטשער געבאָרענע, נאָר אָנגעקומענע פאַר איידימס צו ליובאַוויטשער בעלי בתים, וועלכע האָבן מיטגעבראַכט פון זייערע היימשטעטלעך נוסח אשכנז, און די מלמדים פלעגן שטאַרק האָרעווען מיט די קינדער זיי זאָלן חלילה ניט פוגע בכבוד זיין, און פלעגן שטאַרק אַרבעטן מיט די לאָקשן.
הגם צווישן חסידי חב"ד זיינען געווען ציורים שונים אין ידיעה, זיינען אָבער אַלע געווען בעלי עבודה. מען האָט געטאָן מיט זיך, דער דורכשניטליכער טאָן מיט זיך איז געווען אויף דעם יסוד אַז ווי מען איז כהיום איז ניט גוט, מען בעדאַרף ווערן גאָר אַנדערש.
איך האָב שוין אַמאָל דערציילט13 אָט
13) [ראה לעיל ע' 5. וש"נ].