28) שיחת י"ד תשרי ה'שי"ת (ספר השיחות ה'שי"ת ע' 356). נתבאר בשיחת ש"פ בראשית – התוועדות א' וב' – תשי"ד (תורת מנחם התוועדויות תשי"ד ח"א ע' 106 ואילך. ע' 114 ואילך).
ובמכתב כח תשרי תש"י (אגרות-קודש ח"ג ע' רא): ואחתום בפתגם כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א: איך וועל זאָגן אַ וואָרט פון די רביים בשם הוד כ"ק רבינו הזקן וואָס ער האָט געהערט פון זיין רבין דעם מגיד בשם רבו הבעש"ט נ"ע: בראשית ברא, ראשית איז חכמה ראשית חכמה יראת ה', דער אור וחיות פון חכמה וואָס איז מאיר אין שבת בראשית ווערט נמשך על כללות השנה, וואָס אַלע טעג פון כל השנה זיינען מקבל פון שבת בראשית!
וראה לקוטי שיחות ח"ב ע' 658. ח"א ע' 1. ובספר השיחות תש"ה ע' 65: עס איז דאָ אַ מאמר פון הוד כ"ק רבינו הזקן אַז די הארה פון שבת בראשית איז מאיר בכל שבתות השנה. הוד כ"ק אדמו"ר הרה"ק האמצעי איז מאריך אין דעם. עי"ש הביאור בזה.
וראה שיחת יום ש"ק בראשית תש"ז (ספר השיחות תש"ז ע' 80): דער אַלטער רבי קומענדיג אין ליאזנע האָט ער מיטגעבראַכט מיט זיך פון מעזריטש דריי זקנים וואָס זיינען נאָך געווען ביי מורנו הבעש"ט.
דער אַלטער רבי האָט געהערט פון די זקנים הנ"ל אַ תורה וואָס זיי האָבן געהערט פון בעש"ט, דער תוכן פון דער תורה איז וועגן מעלת שבת בראשית, דבר בזה מעלת החכ' על כתר און די הפלאה פון כתר וואָס חכ' איז מקבל פון איר.
דער אַלטער רבי האָט די תורה מקבל געווען אין נקודות, און ער האָט דאָס שוין גערעדט אין זיינע אותיות – אויף זיין "עברי".