סימן ט
להרב המופלג החריף אי"א הוו"ח באמת כ' מוהר"ר יהודא ליב נ"י ההמ"ץ דק' יאנוביץ
איך בעט אייך למחול עכ"ה און מודיע זיין אף לאחותי מרת שפרה והיא תודיעני. היינו אז איך בין זיך בודק בשחרית קען מען ניט פאר שטייען ווארום עס איז פראן בלילה ג"כ (דעראיבער קען מען ניט פאר שטיין בשחרית) גם למראה עיני דמעכ"ה שולח אני 2 טיכלך. וכמראות האלו נמצאות תמיד בבדיקה - ומעת הלידה זה שבועות נמצא תמיד כמראו' ההמה - לכן באתי לבקש ממעכ"ה למחול עכ"ה וליתן לי עצה איך לעשות - היינו להודיע לאחותי לליבאוויץ והיא תודיעני - וזאת מהודענא אז איך זאל גאר ריין זיין - איז מער ניט על ג' או ד' ימים - ד' המבקשת מ"כ מעה"ר -
דבורה בת המנוח מוהר"ץ מאולע.
וזאת אשר השיב הרב הנ"ל -
די אטיכליך האב איך גיזעהן. איינא איז גאנץ רוט, און דיא אנדערע איז בלייכליך. - נישמער ביידע זיינן ניכר אז דאש איז ווייל זי האט אן גירירט אן דיא גירירטע וואש גייט ארויש פון איר - ווארם אפי' דיא גאנץ רוטא איז אויך ניכר דרינען פלייגמא - און איך האב איר גיזאגט אז זיא פאר שטייט אז זי רירט אן דיא טיכלך ביי דעם אורט וואש עש גייט ארויש, איז דאש טהור, רק זיא זאל זיך בודק זיין בשעת אז דער ארט פון גירירט קיט איז נאך ניט אראפ גיגאנגען אין בית החיצון. דהיינו ליגינדיק, קאן דאס ארויף גיין - אודר אנדערי צייטין ווען דאש גייט ארויף. יענעם מאל קען זיא זיך בודק זיין און זאל ניט אן רירן אן דעם ארט. און אז זיא וועט ח"ו יענם מאל גיפינן אזוי איין מראה: איז דאש טמא - אבער זי וועט בודאי ניט גיפינען יענם מאל, ובפרט זיא שרייבט זיא קען ריין זיין ג' ימים או ד' ימים, איז דאש בודאי ווייל דיא צייט גייט דאש ארויף און לאזט ניט אראפ, און נאך דעם מחמת גיינג אודר מחמת זיא הייבט אויף אשווערע משא אודר מחמת עשיית צרכי' בשביל עצירו' מעט: קען דאש אראפ גיין מוז זי אודאי גיפינען אוף די טיכלך, אודר עש קען מיט איין מאל איין גאס טאן דאש אלץ בודאי פון דיא גירירטי זאך. נישמער דער עיקר איז בשעת הפסק טהרה און אמאל אין ז' נקיים נאך דעם וסת אודר נאך דער לידה, מוזן זיין די טיכלך גאר ריין. אז זיא זאל ווישן אז עש האט אויף גיהערט דער דם המקור - זאל זיא זעהן אז דער אורט זאל ארויף גיין און זאל זיך ניט אראפ לאזין - וועט זיא קאנין בודק זיין אז זיא זאל ניט אן רירן אן דעם ארט - ווארום בשעת אז דאש איז אונטין וועט זיא ניט קענין פיעלין מיט דיא טיכלך אז זיא זאל זיך ניט אן רירן אן דעם ארט - בכל מוז זיא זעהן ליגינדיקער הייט זיך בודק זיין.
לכאה' המופלג הנגיד המפורסם מו' ארי' ליב אחיו של מחו' מוההר"ר משקלאוו
כמדומה לי שהאגרת הזאת הכתובה אלי היא כ"י של מעל'. ולכן אליו בקשתי ע"ד קריונא דאגרתא כו' לקרות לפני האשה כל הדברים שכתבתי, ולהסביר לה הענין בטוב למען תדע איך להתנהג, ולשית עצות בנפשה בשעת הפסק טהרה ובספירת ז"נ אפי' ב"פ בכל הז' ימים שתוכל לבדוק באופן שלא יגע העד בחתיכה זו וד"ל - וזו"ז אין לחדש - רק חו"ש מאדה"ש - ד' ידידו
יהודא ליב מייאנוויץ