תשורי מראש אמנה
209
תשורי מראש אמנה, שטייט אין ירושלמי, אין לשון תשורי אלא לשון קרבן, איז תשורי מראש אמנה אז דיא אלע קרבנות ואס אידין זיינען מקריב אין גלות קומט דאס אלץ בכח פון ראש אמנה, דער ענין פון א קרבן איז דאך דער קירוב האדם צוא אלקות, דהנה קרבן הוא קירוב, וערין נעהענטער, וכמ"ש אדם כי יקריב מכם קרבן לד', איז דאך אין פלוג האט דאך גידארפט שטיין אדם מכם כי יקריב קרבן לד', ואס יעמולט ואלט גיוען דער פירוש אז איינער פון אייך ויל בריינגען א קרבן, איז דער דין פון א קרבן, איז ויא עס שטייט וייטער אין פסוק, פאר ואס שטייט עפעס אדם כי יקריב מכם קרבן לד', אלא דער טייטש איז, אדם כי יקריב א מענטש זאהל וערין נעהענטער צו אלקות, ער זאהל וערין העכער און איידעלער, איז מכם קרבן לד', דאס וענדיט זעך אין דעם מענטשן אליין, יעדער מענטש האט דיא כחות און דיא מעגליכקייט אייף וערין איידעלער און העכער, און דאס איז מכם קרבן לד', פון אייך אליין קאנט איהר נעהענטער וערין צוא אלקות, און דאס איז דער ענין פון קרבנות דאס ואס דער מענטש וערט נעהענטער צוא אלקות, נאר אין קרבנות איז פאראן צוויי אופנים, דאס הייסט אז אין דעם קירוב פון א אדם צוא אלקות איז דאס אייף צוויי אופנים כללים, אדער וויילע ער איז פריער גיווען ווייט ע"י חטא ועון און וערט איצטער נעהענטער אדער ער איז פריער אייך ניט גיוען ווייט, נאר ער וערט אלץ נעהענטער און נעהענטער, ואס דער חילוק איז אין דיא אופני הקרבנות, בא דעם ואס ער איז גיוען פריער ווייט ע"י חטא ועון וערט ער נעהענטער ע"י תשובה, איז לפי אופן החטא כן הוא הקרבן שלו אם חטאת או אשם, און דער ואס איז גיוען בתחלה אייך נאהענט נאר ער וערט אלץ נעהענטער איז זיינע קרבנות לפי אופן עבודתו תודה שלמים ועולה, אבער דער כללות ענין פון קרבנות איז דאס ואס דער מענטש וערט נעהענטער צוא אלקות.