שמח"ת, תרפ"ו
95
א. [כ"ק אדמו"ר אמר לר' יצחק1:] מ'דאַרף סטראָייען2 אַ נייעם חב"ד, חסידים איז פאַראַן אַסאַך, נאָר מ'דאַרף סטראָייען אַ נייעם חב"ד. דו ביסט דאָך אַ שד"ר, פאָרסט דאָך אויף דער וועלט, בין איך דיר מכריח מאַכן א צעטל פון אידן וואָס ווילן זיין מקושר צו עצמות דורך אַ וואָרט פון תורה, קיין נפקא מינה ניט צי אידן וואָס האָבן געלערנט חסידות צי ניט.
ב. וואָס איז נוגע אַ שניי אַ רעגן צו הנחת תפילין, אַז איינער הוקעט און הוסט דאַרף ער וואַרטן עס זאָל אַרויס די זון, וועט ער גיין אין גאַס, אָבער אין שול איז דאָס ניט נוגע, אויף תורה ומצות איז ניטאָ קיינע העלמות והסתרים, עס איז מער ניט ווי אַ נסיון. כמו שמספרים3 על אדמו"ר הזקן נבג"מ זי"ע, כשבא לפּעטראָפּאַוועלסקין קרעפּאָסט כשנכנס לשם היו יושבים שרייבערס מיט שרייבערינס, ונכנס מיט טו"ת אונטערן האַנט, מיט אַ לאַנגע זופּעצע, והם שמעו שהביאו מורד במלכות, והתפלאו האם איש כזה הוא מורד במלכות, אח"כ כיוון א"ע לצד מזרח והניח הטלית על כתיפו ובדק הציצית, ואח"כ הניח הטלית ותפילין, וכשהניח השל ראש כיוון בידיו שיהי' במקומו, ועמד לנגד מי שישב שם, איז ווער עס איז געזעסן האָט זיך ניט געקענט שטעלן, און ווער עס איז געשטאַנען האָט זיך ניט געקענט זעצן, כפי מה שאמרו חז"ל4 עה"פ*4 וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך — אלו תפילין שבראש.
איך דערצייל אַ מעשה וואָס איך האָב אַ יסוד אָדער בקבלה. אַמאָליקע חסידים פלעגן דערציילן אַזוי, וואָס זיי האָבן דאָס געטאָן כדי להציל את הנפש זאָלן זיי האָבן אַ ליכטיקן ג"ע, פונדעסטוועגן זאָל דער אויבערשטער געבן ס'זאָל זיין מיט אַ אַרשין5 נעענטער צום רבי'ן.
ג. לחיים, יתן השי"ת שהטוב המופלא שנמשך בר"ה יהי' בפועל בבני חיי ומזוני, בני — כפשוטו, חיי — שיחיו באלקות, ומזוני רויחא — היינו שלא יהי' שום העלם והסתר על אלקות, שלא יהי' שום טרדת הפרנסה, אַז די גאַנצע טרדה זאָל זיין ווי מאַכט מען נאָך אַ חדר, נאָך אַ מקוה.
ד. אַ פּדיון אָן תשובה ווערט ניט נתקבל און מ'לייענט עם ניט און ער מאַכט נאָך קאַליע.
ה. מיר זיינען מער מיוחסים ווי אברהם אבינו ע"ה. אברהם אבינו האָט געטאַנצט שמח"ת6 ביזן סטעלע7, און מ"מ האָט מען זיין טאַטן תרח'ן געשמיסן, און מיר און אונזערע טאַטעס און אונזערע זיידעס האָבן געטאַנצט שמח"ת און מיר טאַנצן אויך שמח"ת.
1) הרה"ח ר' יצחק הלוי הורביץ. — ראה אודותו לעיל ע' 37 הערה 1.
3) ראה גם ספר המאמרים תש"ב ע' 37. ספר השיחות תש"ב ע' 126. שיחת ש"פ עקב תשכ"ט.
6) להעיר מפיוט "אגיל ואשמח בשמחת תורה": אברהם שמח בשמחת תורה.