כ"ט אלול תש"ו, ערב ראש השנה תש"ז — אחרי התרת נדרים
59
א. דעם ערשטען ערב ר"ה נאָך מיין בר מצוה, האָט מיר דער טאַטע איבערגעגעבען די מנהגים שהיו נוהגים אצלנו ובבית הרב ביחוד בר"ה יוכ"פ ומועדים.
דעם ערשטען היימיגען ערב ר"ה לאחר בואו של אדמו"ר הזקן ממעזריטש, וואָס הרב המגיד ממעזריטש נ"ע האָט אים איבערגעגעבן ווער ער איז און וואָס איז די כוונה עליונה בירידת נשמתו למטה, איז גלייך דעם ערשטען היימיגען ערב ר"ה בעטראַכטענדיג כל הנ"ל און די גרויסע אחריות וואָס אויף אים איז — האָט ער זיך אַזוי פאַרטראַכט און פאַר'דבק'ט ביז האַלבן טאָג און אינגאַנצן פאַרגעסן אויף זיך. נאָכהער האָט ער זיך אויפגעכאַפּט און דערמאָנט די אחריות וואָס ער האָט אויף זיך פון דער וועלט בכלל ובפרט להמקושרים אליו — האָט ער גענומען אויף זיך דעם קבלת עול במסירות נפש, און מיט דעם איז ער געווען אַ גאַנצען ר"ה.
בכלל למעלה איז דאָך ניט תופס מקום ענין העולם בכלל ועניני ב"ב וצרכיו בפרט. אָבער דורך מס"נ וואָס דאָס איז מסירת הרצון, גורם למעלה ג"כ מסירת הרצון שיומשך כל ההשפעות בגשמיות וברוחניות בכדי להשלים הכוונה.
השי"ת זאָל געבען אַ כתיבה וחתימה טובה, אַ התעוררות תשובה אמיתית און אַ כתיבה וחתימה טובה בשנה טובה ומתוקה בגשמיות ורוחניות.
ב. (בעת שמסרו לו הרש"ל שי' והרא"ס שי' הפדיונות של אנ"ש, נתן ברכתו הק':) השי"ת ימלא כל הברכות וואָס מען בענטשט אידען בגשמיות וברוחניות.
ג. (בעת שמסרו לו הפדיון הפרטי הידוע, ברך:) השי"ת ימלא משאלותיכם בגו"ר.