כ"ט אלול תש"ז, ערב ראש השנה תש"ח — אחרי התרת נדרים1
157
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זאָגט מיר ערב ראש השנה תרנ"ח — בעת שזכיתי להכנס לחדר קדשו בסדר יחידות בשעה השלישית לילה:
ערב ראש השנה תרל"ח בין איך געווען בהשכמה ביים טאַטען אַ פּאָר שעה פאַר דעם זמן פון זאָגען סליחות — דאָס איז געווען דער זיבעטער מאָל צו דער סדר פנימי וואָס הוד כ"ק אאמו"ר — אאזמו"ר — האָט מיר מחנך געווען מיט דעם סדר המיוחד וואָס הוד כ"ק זקנו רבנו הזקן האָט אים2 מחנך געווען, זאָגנדיק דערביי:
א רבי, אַ חסידישער מנהיג עדת חסידים ווערט ניט מעצמו. אַז מען זאָל זיך לייגן שלאָפן אַ חסיד, אפילו מיט אַ שטאַרק גוט דורכגעדרונגענע אין האַרצן און אין קאָפּ קריאתשמע שעלהמטה און אַ חסידישער שלאָף; נאָך אַלעמען איז דאָס אַ סדר פון אַ חסיד, אַ געזונטער — און מען קען אויף דעם זאָגן אַ געהויבענער חסידישער סדר, אָבער ניט קיין רבי סדר.
הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים נשיאי חב"ד, זיינען אַ המשכה פנימי דור אחר דור מהוד כ"ק רבנו הזקן, וואָס הוד כ"ק רבנו הזקן איז געווען אַ נשמה חדשה3, וואָס עתיקא קדישא האָט מכתיר געווען, אַז די עצם הנשמה ווי זי איז למעלה אין עולם היחוד דעולם אצילות זאָל אַראָפּקומען למטה אין דער התלבשות פון דעם גוף4, און דער גוף זאָל מיט דעם כח פון שרש שרשו אין עצמות א"ס הבלי גבול מגלה זיין דעם עומק פנימי פון גבול בגילוי בהמשכה לדורי דורות מיט אַ נתינת כח ועלי' ועבודה פנימית.
אויף ירידת הנשמה למטה און אַז זי זאָל זיך מתלבש זיין אין אַ גוף, איז דאָס בדרך גזירה, וואָס הקב"ה און בית דין שלמעלה זיינען גוזר אויף דער נשמה אַז זי זאָל אַראָפּקומען למטה להתלבש בגוף, ווייל די נשמה מצד עצמה וויל ניט אַראָפּגיין דאָ למטה, די נשמה למעלה איז איר דאָרט זייער גוט, נאָר דאָס איז מצד גזירה.
אַז די נשמה פון הוד כ"ק רבינו האָט געדאַרפט אַראָפּקומען האָט מען איר געזאָגט אַז לבד זאת וואָס עס וועט זיין גילוי עצם הנשמה דאָ למטה, עוד נוסף על זה, אַז ער וועט זיין דער מנהיג הראשון פון דעם סדר נשיאי חב"ד, און אַז מיט דער מסירת נפש עבודה און די אהבה וקירוב ישראל עבודה וועט מען זוכה זיין צו גילוי משיח צדקנו.
דעם ענין פלעגן הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים דערמאָנען און אין דעם ריידען אין פערשידענע אויספירליכע אויסשפּראַכן, כל אחד מהוד כ"ק נשיאי חב"ד אַלע ערב ראש השנה.
הוד כ"ק רבינו הזקן איז ירד מרום
1) נדפס (בשינויים קלים) בספר השיחות תש"א ע' 171 (מרשימה בלתי מוגה) [ובכותרת שם: "ערב ראש השנה תש"א". וצ"ל: "תש"ח"].
2) כ"ה בהרשימה (אינה מוגהת) וצ"ע. — הערה בספר השיחות תש"א שם.
3) ראה ש"פ שיחת וישב כ"ו כסלו תש"ו (לעיל ע' 22). וש"נ.
4) ראה גם רשימה דש"פ נצבים תש"ז (לעיל ע' 150 ואילך).