ערב ר"ה תש"ט1
271
אחרי התרת נדרים, ואחרי קריאת הפ"נ הכלליים
השי"ת ימלא משאלות לבבכם לטובה לשנה טובה ומתוקה.
אין מאַיינע יומן שריפטין האָב איך אין אייניגע צייטען פאַרצייכינט דעם סדר זמנים — לפי שנותיי — דעם אופן החינוך ווי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך מחנך גיועהן.
דער סדר פון ערב ר"ה באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז גיועהן אַ מסודר — אַלע יאָהרין אין אַ זמן מדויק. ווי אַלע הנהגות וואָס זאַיינען מוגבלים אין אַ זמן מדויק, וואָס דאָס פלעגט אונז אַלעמען די וואָס האָבין געלייגט די ריכטיקע אויפמערקזאַמקייט אויף יעדער הנהגה אין יעדער צייט,
באַ מיר און באַ די מקורבים וואָס האָבין גיזונטע אויגען אויף זעהן און פאַרשטיין וואָס מען זעהט, און האָבין גיזונטע עווערין הערען דעם אינערליכען מיין פון דעם קלא פנימי פון דביקות און שפיכות הנפש און געגועים עצמיים.
דער סדר פון ערב ר"ה באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז געוועהן — ווי אַלע עניני עבודה — אויפשטיין 12 אַזייגער באַנאַכט, און פלעגט לערנען זיינע שיעורים פון ערב ר"ה, נוסף אויף די שיעורים אין נגלה, אין קבלה, חסידות, וואָס די קביעות איז געווען אַלעמאָל, הן ר"ה, יוהכ"פ, מועדים2, האָט ער געהאַט די שיעורים פון ערב ר"ה.
מיט 52 יאָהר פריער, ערב ר"ה האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מיר אַריינגערופען צו זיך אין צימער, בין איך אין דעם זמן הקבוע פאַר מיר ביחוד [אַריינגעגאַנגען], און לאחר וואָס ער האָט מיר געזאָגט דאָס וואָס עס איז נוגע מיר ביחוד האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מיך מכבד גיועהן מיט אַ קירוב פנימי און האָט מיר געזאָגט:
כ"ק הרה"ק הרל"י מבאַרדיטשוב, דער באַרדיטשובער רב, האָט אין איינע פון די זמנים ערב ר"ה פאַרנאַכט פאַר מעריב געזאָגט:
רבש"ע, ווי איז דאָס גישיקט אַז איך לוי יצחק מבאַרדיטשוב זאָל דאַרפען ביי דיר בעטען פאַר דיינע בני יחידים, איך בין אויך אַ טאַטע, וועל איך וואַרטען ביז וואַנען מען וועט קומען בעטען פאַר מיינע קינדער? איך ווינטש זיי כל טוב בכל עת ובכל שעה3. אַלע אידען זיינען דאָך דיינע בני יחידים, יעדער איד איז אַ בן יחיד, דו ביזט דאָך דער אמת'ר חכם, דער אמת'ר חסדן, איז וואָס פאַר אַ פנים וועל איך האָבען און פאַר אַ שטות וועט דאָס זיין, אַז איך זאָל קומען דיר בעטען פאַר דיינע קינדער, בני יחידים, גיב זיי אַליין מידך המלאה הפתוחה והקדושה אַ השפעה מרובה אין אַלע זייערע ענינים בגשמיות וברוחניות. כן יהי רצון, אמן ואמן.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מסיים גיועהן: אַ נשמה אין גוף, איז דאַרף זיין אין דעם סדר פון בקשה, מען בעדאַרף
1) שיחה זו — הועתק מכי"ק רבינו, ומהנחת אחד השומעים בתוס' הגהות מרבינו.
2) ראה גם ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 219.
3) ראה גם שיחת שמע"צ ושמח"ת תרצ"ד סי"ז.