ערב ראש השנה ה'שי"ת1
343
לאחר התרת נדרים
אויבערשטער זאָל געבן אַ התעוררות תשובה אמיתית אין אַ קבלת עול מלכות שמים באמת ובפנימית הלב, אַז עס זאָל אַראָפּקומען אין אַ בפועל ממש.
דער אויבערשטער זאָל רחמנות האָבען אַז עס זאָל אַראָפּגענומען ווערען אַלע מניעות ועיכובים אויף תורה ועבודה.
די עצה אויף דעם איז, אַז דער אויבערשטער זאָל געבען אידען אַ שנה טובה ומתוקה בגשמיות ורוחניות בכלל ובפרט — וועלן אידן טאָן וואָס זיי קענען, און דער אויבערשטער וועט זעהן וואָס אידען קענען.
דער אויבערשטער זאָל געבען אַז ס'זאל זיין אַ גאולה אמיתית בקרוב ממש.
* * *
בעת שנתנו לכ"ק אדמו"ר את הפדיון ע"ד כלל ישראל, והפדיון השייך לכ"ק אדמו"ר בעצמו.
היינט איז אַ זמן וואָס דער פרט דאַרף נכלל ווערן אין כלל2. אויף דעם כלל איז מען ניט מדקדק, דעם כלל גיט דער אויבערשטער גאָר אַפולע, דער כלל איז דאָך גוט, ביי יעדען איינעם איז דאָך דער כלל גוט, אויב עס פעלט איז דאָס אין פרטים. בפרט היינט ער"ה איז דאָך דער כלל אין זמן, איז דאָך דער כלל אין כלל, איז גאָר גוט.
* * *
כשנכנסו לקבל ממנו את הפ"נ לקראו על ציון כבוד אמו הרבנית הצדקנית מרת שטערנא שרה נ"ע זי"ע.
(אמר א': היינטיגן יאָהר דאַרף דאָך אַודאי זיין גוט, מאחר שנאמר בהמאמר פון פאַר ר"ה3 כי השי"ת חייב לסלוח און ער קען דאָך. וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:) און ער וויל. באמת זיינען דאָך אַלע אידען גוט, — אַה, די פשוטע אידען.
אַז עס וואָלט געווען ווער עס זאָל עם זאָגען דעם אמת, אַז ער איז גאָר שולדיק; אַז דער אויבערשטער וואָלט געבען אַלעס גוט אין אַלע ענינים בגו"ר וואָלט מען זעהן וואָס אידען ווילען טאָן מצד הנשמה. עס זאָל אַרונטערגענומען ווערען אַלע מניעות ועיכובים, וואָלט אַלעס געווען גוט.
אַ כתיבה וחתימה טובה אַ שנה טובה ומתוקה.
(נתן בתוך הפ"נ מעות על צדקה לחלק על דעתם. והוסיף אַז מען קען דאָס פודה זיין).
1) נדפס עם מ"מ והערות מכ"ק אדמו"ר נשיא דורנו בסה"מ תשי"א ע' 17.
2) זהו הפעם היחידה שענה כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ כנ"ל אודות הפדיון שלו.
3) ד"ה אני לדודי ג' דסליחות תש"ט (קונטרס סח) [סה"מ תש"ט ע' 230 ואילך].