ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תסב

ב"ה, י"ט סיון, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף, אין וועלכען איר שרייבט פון באשטימען דעם חתונה טאג פון אייער טאכטער... תחי' בשעה טובה ומוצלחת, אין ירושלים עיר הקדש ת"ו, און אז איר מיט אייער פרוי רעכינט צו זיין אנוועזענד בא דער חתונה.

און זיכער איז איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען אייך, אז ווען מען פארט אין ארץ ישראל, אויף וועלכער די תורה הקדושה זאגט אז - עיני ה' אלקיך בה מראשית השנה עד אחרית שנה, און וואס אפילו ניט אידען רופען זי, די הייליקע לאנד, דארפמען נעמען "א וויזע" ניט נאר דא בא מענשן נאר דער עיקר בא דעם מלך וואס ארץ ישראל ווערט אנגערופן פלטרין שלו (זיין פאלאץ), וואס אט די וויזע באקומט מען דורך א הוספה אין אידישקייט בלימוד התורה וקיום המצות בהידור, און זעלבסט פארשטענדליך, אז די הוספה דארף זיך אנהויבען וואס פריער, כי אין אתנו יודע עד מה, און יעדער טאג וואס עס גייט פארביי, איז דאס א אומצוריקבארער פארלוסט, באמת א הוספה אין תורה ומצות איז נויטיג אפילו ווען מען פארט ניט, און מען פאדערט דאס טאקע, ווי עס שטייט כל המוסיף מוסיפין לו, און בפרט אין אייער פאל מוז מען האבען אט די הוספה, און זיכער אז דורך א קליינע אריינטראכטונג וועט מען אויך געפינען זאכען אין וועלכע אויך אייער פרוי תי' קען צוגעבען אין אירע ענינים אידישע, און אויך דורך איינווירקען אויף דעם אומגעבונג צו מאכען זיי נאך מער נעהענטער צו אידישקייט, און השם יתברך זאל אייך מצליח זיין.

ואכפול ברכותי שתהי' החתונה בשעה טובה ומוצלחת ויבנו בית בישראל בנין עדי עד על יסודי התורה והמצוה.

בברכת מזל טוב מזל טוב.

נ.ב.

אלענספאל האט איר געדארפט פארן פארען געבען בודק זיין אייערע תפילין און אויך די מזוזות אין אייער דירה אז זיי זאלען זיין כשר'ה ווי דער דין איז.