ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תקג

ב"ה, ג' תמוז, תשט"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ כו' מו"ה חיים יונה שי'

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון יום השלישי שהוכפל בו כי טוב, אין וועלכען איר הויבט אן, אז איר ווייסט ניט וואס צו שרייבען.

- אבער באמת ווי עס איז פארשטענדליך פון דער גמרא סוף קדושין, אז יעדער איז באשאפען געווארען, לשמש את קונו, וואס דאס איז דער עיקר תכלית פון בריאת האדם און ווי צו דינען את קונו, איז אויף דעם פראן די תורה בכלל און דער שולחן ערוך בפרט, און לויט דער פאדערונג פון תורת החסידות, איז פון די עיקרים אין דעם די זאך פון אהבת ישראל, ד.ה. איינווירקען אויף די אלע אידען מיט וועלכע [מען] קומט אין בארירונג, אז אויך זיי זאלען מוסיף זיין אין ענינים פון תורה ומצות, ווארום ווי גוט עס זאל ניט זיין אין דעם, איז נאך אלץ פראן צו-צוגעבען, און אזוי ארום איז דאך דא א גרויסע פעלד אויף צו ארבעטען, און די ארבעט דארף זיין טאג איין טאג אויס, במילא איז דאך פראן פילע זאכען וועגען וואס צו שרייבען, און זיכער איז אויך דא גוטע בשורות אין דעם, און דאס אלץ זיינען זאכען וואס יעדער איד איז מחויב אין דעם, ניט נאר א שו"ב, מלמד, נאר אויך יעדערער פון וואס זיין פרנסה גשמית זאל ניט זיין, דארף זיך פארטיפען אויך צו טאן אין דער אויבען געזאגטער פרנסה רוחנית.

לויט אייער בקשה, וועט מען מזכיר זיין אייער פאטער שי' לרפואה קרובה ולרפואה שלימה - ווען איר וועט שרייבען זיין פולען אידישן נאמען און דער מוטער'ס נאמען פון אייער פאטער - און אויך אייך אליין צו בריאות הנכונה, אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און השי"ת זאל אייך מצליח זיין צו אנזאגען בשורות טובות אין דאס אלץ אויבען געזאגטע, און אויך וועגען אייערע בני בית שיחיו.

בברכה.

ד'תקג

מו"ה חיים יונה: דון, ניו הייווען.