ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תקס

ב"ה, כ"ד תמוז, תשט"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ כו' מו"ה שלמה שי'

שלום וברכה!

נאך א גאר לאנגען איבעררייס, איז אנגעקומען אייער בריף פון עש"ק, און אין דיזן בריף שרייבט איר ניט וועגען אייער השתתפות אין די שיעורים וועלכע ווערן געלערנט ברבים, וועגען אייער השפעה אויף אנדערע צובריינגען זיי צו חסידות הדרכותי' ומנהגי', וואס צדקה רוחנית פארגרעסערט די ברכות פון השי"ת, אז מוחו ולבו נעשים זכים אלף פעמים ככה, וואס זיכוך הלב בריינגט תיכף צו הטבת המדות אפילו איידער עס איז פראן אתהפכא, ובהמשך למכתבי מאז, ערווארט איך צו הערען פון אייך בשורות טובות ספעציעל אין דעם.

וואס איר שרייבט וועגען דער פאסירונג מיט דעם דיזל לאקאמאטיוו מיט די וואגאנעס.

- לויט דעם באוואוסטען פתגם פון בעש"ט אז אין יעדער ענין איז פראן א הוראה אין עבודת השם יתברך, און אויב דער ענין איז ניט געהעריג דארף דאס דינען אלס באווייז צו א מעשה ענדערונג, וואס דאס איז אויך דער תיקון פון דעם ענין בלתי רצוי, - אזוי אויך אין דעם צופאל.

- דער לאקאמאטיוו מאטאר איז דאס בעבודה דער נפש אלקית אויף וועלכער מען זאגט, נשמה שנתת בי כו', כל זמן שהנשמה בקרבי מודה אני לפניך מיט דעם נפש הבהמית וגוף צוזאמען, און אין כללות האדם איז דאס די קאפ און שכל, און דער כלל איז - אז עס דארף זיין מוח שליט על הלב, די עבודה אבער דארף זיין ניט אין א אופן פון תוהו, קלאפען און ברעכען, נאר כדברי הבעש"ט, עזב תעזוב עמו, ווי עס איז מבואר אין דעם לוח היום יום אויף דעם פסוק, כי תראה חמור (היום יום כ"ח שבט ה'תש"ג), און דורך א טאג טעגליכע עבודה, דארפמען ניט קלאפען דעם מאטאר און אומווארפען וואגאנעס, ווארום יעדער טאג איז מעט מעט אגרשנו דורך דעם טאן וואס שטייט אין תורה ומצות ובחסידות, און אויף דעם שטייט אויך לא בשמים היא כי קרוב אליך הדבר מאד ווי ערקלערט דורך רבנו הזקן. און די תורה איז א נצחית וואס איז אזוי בא יעדער אידן און יעדער ארט און צייט וואו מען זאל זיך ניט געפינען.

און השם יתברך זאל אייך מצליח זיין צו אנזאגען גוטע בשורות בכל האמור לעיל און משפיע זיין אויך אויף אנדערע אין די אויבען געזאגטע ענינים און אויך אז איר זייט מגדל אלע אייערע קינדער שי' לתורה ולחופה ולמעשים טובים...

בברכה.

ד'תקס

נדפסה בלקו"ש חי"א ע' 306 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.

מו"ה שלמה שי': מדנציק, כפר חב"ד.

דער פאסירונג: תאונה.