ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תשלט

ב"ה, סליחות טעג, ה'תשט"ז

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום

ה' עליהם יחיו

שלום רב וברכה!

דערנעטערענדיק זיך צום סוף פון דעם אלטען יאר און שטייענדיג אויפן שוועל פון דעם נייעם יאר, מאכט יעדער ערנסט-דענקענדער מענטש א סך-הכל פון דעם פארגאנגענעם יאר און, אויף דעם יסוד דערפון, נעמט ער אן באשלוסען צום נייעם יאר.

בכדי אז דער חשבון ווי אויך די החלטות, זאלן זיין ריכטיגע, דארף מען זיך היטען פון איבערצושאצען די אייגענע מעלות און אויפטואונגען, אבער, אין דער זעלבער צייט, דארף מען אויך ניט פארגרעסערען די חסרונות און דורכפאלען.

ווארעם א שטימונג פון אראפגעפאלנקייט, ווער רעדט נאך - יאוש, חס ושלום, איז איינע פון די זאכען וואס שוואכען אפ די ענטשלאסענקייט צו פארבעסערען זיך.

עס קען אבער ליידער זיין, אז אפילו ווען מ'פארגרעסערט ניט די חסרונות, און מען מאכט א חשבון-צדק - ווייזט זיך ארויס די לינקע נעגאטיווע ניט גוטע זייט צו זיין א גאנץ גרויסע, און אמאהל אפילו א גרעסערע און איבערוועגנדע פון דער רעכטער פאזיטיווער גוטער זייט.

אבער אויך אין דעם פאל, טאר מען ניט צולאזען דעם געפיל פון יאוש,

ווארעם צוזאמען מיט דער טיפער חרטה אויפן עבר און א פעסטען באשלוס ענדערען זיך פון איצט אן און ווייטער - וואס דער חשבון-צדק דארף ארויסרופען,

מוז מען שטענדיג געדיינקען אז דאס גוטע, טוב און קדושה - און ווי אונזער תורה, תורת חיים, ערקלערט וואס גוט און הייליג איז - זיינען אומצושטערבאר און אייביג,

ווארעם זיי שטאמען און קומען פון דער נשמה, פון דעם ניצוץ אלקי (ג-טליכען פונק) וואס איז אין מענשען,

אבער די ניט גוטע נעגאטיווע מעשים, זיינען פארבונדען און קומען פון דעם נפש הבהמית (דער בהמה וואס אין מענשען) און יצר הרע, זיי זיינען בעצם באגרענעצט, און קענען אינגאנצען בטל און אפגעווישט ווערען.

דאס שלעכטע, די ניט גוטע מעשים זיינען בלויז צייטווייליג, און זיי קענען - דורך אמת'ע און אויפריכטיגע תשובה - פאריכט און אפגעווישט ווערן,

דאס אויבענגעזאגטע מוז ארויסרופען בא יעדען איינעם, ניט-קוקענדיג וואס זיין חשבון-צדק פון פארגאנגענעם יאר ברענגט ארויס, א געפיל פון דערמוטיגונג און שטארקער האפנונג אין דעם עתיד (צוקונפט).

וויסענדיג אז זיינע גוטע מעשים אין פארגאנגענעם יאר זיינען אייביק, און האבן אריינגעבראכט ליכטיקייט אין זיין לעבען, אין זיין משפחה און אין כלל ישראל,

ווארעם כל ישראל ערבים זה בזה (אלע אידען זיינען פארבונדען צווישען זיך, זיי זיינען איין גאנצע).

דערפון איז אויך פארשטאנדיג, אז אויב אפילו מען זעט אמאל דערשיינונגען, וועלכע ווייזען אויף א ירידה, ניט אלע ווערן קליגער און ניט אלע ווערן פרימער,

איז אבער אין אמת'ן ובפנימיות - ווערט דאס גוטע אין וועלט מיט יעדן יאהר, יעדען טאג און יעדע רגע שטארקער און גרעסער,

ווארעם יעדע רגע קומען-צו גוטע פעולות.

און אפילו דאמאלסט ווען דאס ניט גוטע שיינט צו האבען די אויבערגעוויכט, איז דאס אבער בלויז צייטווייליג. סוף כל סוף מוז דאס גוטע נעמען די אויבערהאנט און דאס ניט גוטע אינגאנצען בטל ווערען,

ווארעם דער בורא עולם ומנהיגו האט אנגעזאגט אז אלע וועלען תשובה טאן, און דער אויבערשטער, וואס איז א מרבה לסלוח אפילו אויף עבירות וועלכע זיינען מערערע מאל איבערגע'חזר'ט געווארן, וועט אננעמען די תשובה, כי לא ידח ממנו נדח (קיינער וועט ניט פארשטויסען ווערען).

און דאס איז בא יעדען איינעם אין האנט צו מאכען דעם קומענדען יאר - א יאר פון גאר א גוטען סך-הכל פון זיינע פעולות - דורך איבערשטעלען זיך און ענדערען זיך, און דער אויבערשטער הרוצה בתשובה העלפט אויך אין דעם.

און דער פעסטער באשלוס אזוי צו טאן מאכט נאך זיכערער, אז מען וועט האבען א שנה טובה ומתוקה.

בברכת כתיבה וחתימה טובה,

מנחם שניאורסאהן

ד'תשלט

נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 417.