ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט'עא

ב"ה, י"ח טבת ה'תשכ"ו

ברוקלין, נ.י.

צו אלע אנטיילנעמער אין דעם 26'טן יערלעכן דינער

פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש,

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

דער היי-יארדיגער דינער קומט פאר אין דעם יארצייט-הילולא טאג פון דעם אלטען רבי'ן, בעל התניא והשולחן ערוך, דער גרינדער פון דער חב"ד-ליובאוויטש באוועגונג. איינע פון די הויפט שטריכן פון חב"ד-ליובאוויטש איז די הדגשה וואס ווערט געלעגט אויף חינוך, וואס דריקט זיך אויס אין א ברייט-פארצווייגטער, מסירת-נפש'דיגער טעטיקייט אויף דעם געביט. דאס איז א טראדיציע וועלכע שטאמט נאך פון דעם בעל-שם-טוב , דער גרינדער פון חסידות, וועלכער האט אנגהויבן זיין חינוך-טעטיקייט נאך איידער ער איז נתגלה געווארן, דערמיט וואס ער איז געווארן א מלמד פון קליינע קינדער. זיין איבערגעבנקייט און ליבשאפט צו די קליינע קינדערלעך האט קיין ברעג ניט געהאט. זיין נאכפאלגער, דער בארימטער מעזריטשער מגיד, האט זיך געוואונטשן צו פילן אזא ליבשאפט ביים קושן א ספר-תורה ווי דער בעל-שם-טוב האט געפילט בשעת ער האט געקושט א קליין קינד!

די דאזיגע טראדיציע איז פארגעזעצט געווארן פון דעם מעזריטשער מגיד'ס תלמיד און נאכפאלגער, דעם אלטן רבי'ן און אלע נשיאי חב"ד ביז כ"ק מו"ח אדמו"ר, נבג"מ זי"ע, וואס האט איבערגעפלאנצט די ליובאוויטשער ישיבות אויפן אמעריקאנער באדן.

אזוי ווי היי-יאר איז דער 100'טער יארצייט-הילולא פון דעם רבי'ן דעם "צמח-צדק", איז כדאי ספעציעל צו דערמאנען זיין צוגאנג צו חינוך, ווי עס ווערט אילוסטרירט אינם פאלגנדן סיפור:

דער רבי דער "צמח-צדק" איז, ווי באוואוסט, געווען א ריז צווישן די תורה-ריזן פון זיין צייט, א וועלט-בארימטער אויטאריטעט אין הלכה, א גאון אין חסידות און קבלה, ווי זיינע ריזיגע און פיל-צאליגע ספרים זאגן עדות. דערצו איז ער געווען דער מנהיג הדור, וועלכער איז מערערע מאל איינגעלאדן געווארן פון דער רעגירונג אין פעטערבורג אויף באראטונגען וועגן דער אידישער לאגע אין יענער קריטישער צייט. פונדעסטוועגן פלעגט ער זיך אפרייסן פון זיינע אייגענע לימודים און חיבורים און פון אלע זיינע פליכטן - כדי פערזענלעך צו פארהערן זיינע יונגע אייניקלעך איינמאל א חודש, ווען ער פלעגט זיי אויך געבן געלט-מתנות אלס אויסצייכנונג.

די דערמאנטע סיפורים - וואס זייער איבערדערציילונג צו אונז איז א סימן, אז זיי האבן א שייכות צו יעדן איינעם פון אונז - לערנען אונז ווי ווייט עס דארף דערגרייכן מסירת-נפש פאר חינוך על טהרת הקדש: ניט נאר אין די לייכטערע פארמען פון מסירת-נפש, ווי אין ביישטייערונגען פון געלט און פערזענלעכע טרחה, נאר אפילו אין דער שווערערער פארם פון מסירת-נפש, ווען איינער דארף זיך אפרייסן פון אייגענעם לערנען תורה און אנדערע כלל-ענינים, וואס ווי וויכטיק זיי זאלן ניט זיין, איז דאך דער ענין פון חינוך על טהרת הקדש נאך וויכטיקער.

דעריבער איז צו האפן, אז אלע פריינט פון די ליובאוויטשער ישיבות און חובבי תורה ומצות בכלל וועלן מאכן ספעציעלע אנשטרענגונגען צו פארזיכערן דעם דערפאלג פון דער יערלעכער אונטערנעמונג אין אלע הינזיכטן, דערפאר וועט אויך דער אויבערשטער יעדן איינעם און איינער באגליקן אין אלץ וואס מען נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה מופלגה ולבשורות טובות

מ. שניאורסאהן

ט'עא

נדפסה בלקו"ש חי"א ע' 196.

יערלעכן דינער: ראה גם לעיל אגרת ט'מה.

בעל שם טוב..מעזריטשער מגיד: ראה סה"ש תש"א ע' 32 (נעתק ב"היום יום" טז תמוז).

איינגעלאדן געווארן פון דער רעגירונג אין פעטערבורג: ראה קונטרס "הצמח צדק ותנועת ההשכלה".

כדי פערזענלעך צו פארהערן: ראה אגרות קודש אדמו"ר מוהריי"צ חי"ד אגרת ה'שעז (נעתק ב"היום יום" ח טבת).

דארף זיך אפרייסן פון אייגענעם לערנען: ראה גם לעיל חכ"ב ח'תקנז, ובהנסמן בהערות שם.