ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט'פא

ב"ה, כ"ו טבת, תשכ"ו

ברוקלין, נ.י.

מרת אסתר

תחי'

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון מוצאי שבת קדש מיט דאס בייגעלייגטע, אין וועלכן איר פרעגט, וועגן א באזוך בארץ הקדש ארץ ישראל אויף פיר וואכען, חאטש ס'איז אפשר שווער פאר אייך וכו'.

בכלל אין אזעלכע ענינים, וויבאלד ס'איז א ספק, דארפמען זיך אפהאלטען פון טאן דאס, אלענספאל דערוויילע.

און לויטן ווארט פון כ"ק אדמו"ר הצמח צדק, אלס ענטפער צו איינעם, אויף זיינע פראגע צו פארען קיין ארץ ישראל

"מאך דא ארץ ישראל"

געמיינט דורך פארשפרייטען אידישקייט וואו נאר מ'קען און צוציהען צו אידישקייט וועמען נאר מ'קען.

זאל השם יתברך אייך בענשן מיט אריכות ימים ושנים טובות און טאן אין דאס אויבען געזאגטע מיט גוטע שטימונג און גוטען געזונט.

און דער זכות הצדקה (לויט דער בייגעלייגטער קבלה) זאל אייך ביישטיין אין דעם.

בברכה לבשו"ט בכל האמור.

ט'פא

נדפסה בלקו"ש חל"ד ע' 256, והושלמה עפ"י העתקה.

מרת אסתר: ערשטער, טורונטו.

לויטן ווארט פון כ"ק אדמו"ר הצמח צדק: ראה גם לעיל חט"ו אגרת ה'תשעד, ובהנסמן בהערות שם. וראה גם "רשימות" חוברת ט ס"ע 5 (נדפס גם באג"ק אדמו"ר מוהריי"צ ח"א ע' תפה).