ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט'צ

ב"ה, י"א שבט, ה'תשכ"ו

ברוקלין, נ.י.

מרת נחמה

תחי'

ברכה ושלום!

איך באשטעטיג מיט פארגעניגן די ערהאלטונג פון אייער בריוו פון יאנ. 29, אין צוגאב צו דעם נחת-רוח וואס איך האב געהאט באקומענדיג דעם גרוס פון חשוב'ן רב הרב שלמה אהרן קאזארנאווסקי, וועמען איך האב געהאט געבעטן איבערצוגעבן אייך מיין געדאנק אין צוזאמענהאנג מיט דער גרינדונג פון "בית נחמה". עס האט מיר זייער געפרייט צו הערן פון אים מיט וואס פארא הארציקייט איר האט אויפגענומען די שליחות, און אייער גרייטקייט צו באווארענען, אז "בית נחמה" זאל זיין כשר ווי עס דארף צו זיין. דאס פארשטארקט די האפנונג, אז די קינדער וועלכע וועלן דארט דערצויגן ווערן וועלן זיין כשר'ע אידן, וואס דאס גיט די אמת'ע פארזיכערונג אז זיי וועלן אויך זיין אידן גוטע און מענטשן גוטע, אין אלע הינזיכטן פון דעם ווארט.

ס'איז איבעריג צו אונטערשטרייכן, אז אויב עס פאדערט זיך אזא פארפליכטונג לגבי יעדן אידישן קינד, וואו ער זאל זיך געפינען און אין וועלכע באדינגונגען ער זאל וואקסן, איז עס פון ספעציעלער וויכטיקייט לגבי די קינדער וועלכע געפינען זיך אין א לאנד, וואס אפילו ניט-אידן רופן דאס אן "הייליגע לאנד". דערצו האנדלט זיך דא וועגן אידישע קינדער וועמענס יונג לעבן איז, צוליב פארשידענע סיבות, ליידער נישט געווען דורכאויס פריי פון זארג און שוועריקייטן, ווי קינדער-יארן דארפן זיין. דאס אלס פארגרעסערט דעם זכות און פארגעניגן פון די אלע וואס נעמען אן אנטייל אין אויספארמירן און דערציען די קינדער אין דעם געהעריגען וועג. גלייכצייטיג פארגרעסערט עס זייער אחריות פאר דעם; אבער דער אויבערשטער פארזיכערט, אז א מענטש וואס האט פארגרעסערטע אחריות זאל זיין פארזארגט מיט פארגרעסערטע מעגלעכקייטן, כדי צו קענען נאכקומען אלע פארפליכטונגען אין דער פולסטער מאס, און - ווי אלע זאכן וועלכע זיינען פארבונדן מיט דעם אויבערשטן - ערפילן זיי אין א גוטער שטימונג, מיט שמחה און התלהבות.

איך ערלויב מיר צוצוגעבן נאך א פונקט: אויב דאס אלעס געשריבענע גילט ספעציעל פאר די אנטשטאלטן און אינסטיטוציעס וואס ווערן גערופן אויף אייער נאמען, אדער אויפן נאמען פון אייערע נאענטע - וואס דאן איז דאך די אחריות קלאר און אויסדריקלעך, און ווי געזאגט, צוזאמען דערמיט אויך דער זכות אינגאנצן אייערער - איז דאס אבער אויך גילטיק לגבי די אלע אנשטאלטן וואו איר קענט האבן אן איינפלוס און השפעה. און הערנדיג פון פארשידענע זייטן וועגן דער באציאונג צו אייך אין פארשידענע קרייזן אין ארץ-ישראל, איז אייער איינפלוס א גאר שטארקער, פיל שטארקער און פיל פארשפרייטער ווי איר שטעלט זיך פאר. אזוי אז מ'וועט זיכער אננעמען יעדן פארשלאג פון אייך אין דער אויבנגעשריבענער ריכטונג, אפילו אין אזעלכע קרייזן וואס, לויט זייער איינשטעלונג, וועט דאס אפשר זיין פאר זיי א נייעס.

שטייענדיג אויף מארגען נאך דעם יארצייט-טאג פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, איז צייטיג צו דערמאנען און אפשאצן זיין אינהאלטסרייכן לעבנסוועג, און ספעציעל צו אונטערשטרייכן דעם לייט-מאטיוו און גאלדענעם פאדעם וואס ציט זיך אין פארלויף פון זיין גאנצן לעבן. די אפלערנונג דערפון איז, אז אפילו איין איינצלנער איד, אויב ער שטעלט זיך מיט דער גרעסטער שטארקייט פאר אן אמת'ן אידעאל, באקומט ער אומגעהויערע מעגלעכקייטן איבערצוקומען שוועריקייטן, וואס אויפן ערשטן אויגנבליק ווייזט זיך אויס אז ס'איז גאנץ אוממעגלעך. אמת טאקע, ער האט געהאט אויסערגעוויינלעכע כוחות וואס איז גאר זעלטן צו געפינען בא מענטשן, ווי באוואוסט צו אלע וועלכע האבן נאכגעפאלגט זיין לעבן און זיינען געווען מיט אים פערזענלעך באקאנט. פון דער אנדער זייט אבער, זיינען די שוועריקייטן וואס מ'טרעפט איצט אן - אומפארגלייכבאר קלענער ווי די וועלכע ער האט אנגעטראפן אין זיין ארבעט.

ווינשנדיג אייך אלדאס גוטע, און איר זאלט קענען אנזאגן גוטע בשורות וועגן זיך און וועגן די וועלכע איר דערמאנט אין אייער בריוו, ווי אויך אין דעם אינהאלט פון מיין בריוו ווי געשריבן אויבן,

בברכה.

ט'צ

נדפסה בלקו"ש חכ"א ע' 369 ובחל"ג ע' 285, והושלמה עפ"י העתק המזכירות.

אודות אגרת זו - ראה גם לקמן באגרת הבאה.

מרת נחמה: שייוער. אגרת נוספת אלי' - לקמן ט'קנו.