ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט'צח

ב"ה, מעלי שבתא, שבת קודש מברכים חודש אדר,

ברוקלין, נ.י.

פ' שקלים, ה'תשכ"ו

- שנת המאה להסתלקות הילולא של

כ"ק אדמו"ר ה"צמח צדק" -

צום יערלעכן באנקעט פון דער ליידיס אקזילערי פון בראנזוויל און

איסט-ניו-יארק פאר די ליובאוויטשער ישיבות תומכי תמימים

שלום וברכה!

איך שיק מיין באגריסונג און ברכה צו אלע אנטיילנעמער אין דעם יערלעכן באנקעט. אן אונטערנעמונג פון פרויען, און דערצו פאר אזא וויכטיגען צוועק, פארדינט דעם גרעסטן דערפאלג, און דער אויבערשטער זאל העלפן אז די הצלחה זאל זיין אין אלע הינזיכטן, פינאנציעל און גייסטיג.

אריינגערעכנט אין דעם איז אויך - אז די מיטגלידערינס פון דער ליידיס אקזילערי זאל אליין אויך ריכטיק אפשאצן זייער באדייטונגספולע ארבעט, און זאלן דינען אלס ביישפיל און באגייסטערונג פאר אנדערע.

אזוי ווי די אונטערנעמונג קומט פאר ראש-חודש אדר, וואס דער הויפט-פונקט פון דעם חודש איז פורים, איז כדאי נאכאמאל צו דערמאנען, אז כאטש ביידע, מרדכי און אסתר, האבן געבראכט די

ג-טלעכע ישועה און נס פורים, ווערט די מגילה אנגערופן דווקא אויפן נאמען פון אסתר אליין. דערמיט אונטערשטרייכט די תורה הק' די וויכטיגע ראל פון א אידישער פרוי, ניט נאר אין צוזאמענהאנג מיט פורים אליין, נאר אין אלע שווערע און קריטישע צייטן, אריינרעכענדיג די איצטיגע צייט.

און כאטש דער "המן" אין דער איצטיגער צייט און אין דער דאזיגער לאנד האט אן אנדער אויסזען ווי אין די צייטן פון מרדכי און אסתר, איז ער אבער בעצם דער זעלבער "עמלק" וואס זוכט אפצוקילן און אפצורייסן אידן פון תורה און מצוות, און וואס וויל אז אידן זאלן זיך בוקן צו זיין עבודה-זרה - צו אלץ וואס איז פרעמד דעם אידישן גייסט און דעם אידישן לעבנסוועג.

דער איינציגער וועג ווי צו באקעמפן דעם המן און די עבודה-זרה פון דער איצטיגער צייט, איז דער אלטער, אויסגעטראטענער און זיכערער וועג וואס האט אויך מבטל געמאכט אלע גזירות פון המן הרשע - צו פארשטארקן דעם חינוך

על-טהרת-הקודש, פארגרעסערן די ישיבות און מוסדות חינוך פון תורה מיט יראת-שמים, וועלכע פלאנצן איין אין אידישע קינדער אן אומבאגרענעצטע ליבשאפט פאר תורה און מצוות, ביז מסירת-נפש ממש, ווי אין דער צייט פון מרדכי און אסתר אין שושן הבירה.

אונטערשטרייכט די תורה הק' - דערמיט וואס די מגילה פון פורים טראגט דווקא אסתר'ס נאמען - אז אין אלע גורל'דיגע צייטן איז די אחריות, און צוזאמען דערמיט אויך דער זכות, פון דער אידישער פרוי ניט קיין "צווייט-ראנגיקע" ח"ו, נאר, אדרבה, איז פונקט אזוי גרויס, און אין געוויסע הינזיכטן נאך גרעסער, ווי אפילו די אחריות און זכות פון איר מאן.

השם יתברך זאל באגליקן אייער ארבעט און בענטשן אייך און אייערע בני-בית שיחיו אין אלץ וואס מען נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות, מתוך שמחה וטוב לב, אין א שטייגענדער מאס.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות ולפורים שמח

מ. שניאורסאהן

ט'צח

נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 379, והושלמה עפ"י צילום האגרת.

ווערט די מגילה אנגערופן דווקא אויפן נאמען פון אסתר אליין: ראה גם לקמן אגרת ט'קט.