ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט'ק

ב"ה, ז' אדר, תשכ"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף, אין וועלכען איר שרייבט אויך וועגען געזונט צושטאנד און די בעסערונג אין דעם.

ויהי רצון ס'זאל זיין א רפואה שלימה, און אויך די רפואה שלימה זאל זיין בקרוב, איינגעשלאסן אין דעם אויך בנוגע צו עצבות, וואס איר שרייבט, וואס א געזונטער איד איז דאך דער - וואס איז א איד א פרייליכער,

און בפרט אז מיר געפינען זיך אין דעם חדש אדר, וואס שוין פון ראש חדש אדר, זיינען מיר דאך אנגעזאגט געווארען, מרבין בשמחה, און א אנזאג פון תורה, איז דאך זיכער אז דער נותן התורה גיט פריער די מעגליכקייט מ'זאל קענען מקיים-זיין זיין אנזאג, און גיט אויך סיבות, אז מ'זאל זעהן אז דער אנזאג האט א שטארקען גרונט, און געוויס איז ניט נויטיג פאר אייך צו מאריך זיין אין דעם.

צו אייער שרייבען וועגן כשר'ן מיטלען און צו קריגען א כשר'ן צוועק.

איז דאך באוואוסט, אז א זאך וואס איז פארקערט פון כשר (אדער פשוט - טריפה), איז ניט שייך צו טאן דאס צוליב א מצוה, און ווי חז"ל רופען דאס "מצוה הבאה בעבירה", און זאגען ארויס אויף דעם גאר שארפע אויסדרוקען.

ס'איז פראן נאך אן ענין (וואס צייטענווייז מישט מען זיי צוזאמען), און דאס איז - אויסניצען מיטלען, וואס פאר זיך וואלט מען דאס ניט געטאן, נאר אום צו איינווירקען אויף א צווייטען, צוברענגען עם צו א גוטע זאך, תורה ומצות "פארקוקט" מען דעם זיך.

ווי למשל: א בן ישיבה, קען אויסניצען זיין שבת (ווען די סדרי הישיבה פארפליכטען עם ניט) אויף צו לערנען פאר זיך, נגלה וחסידות און טאן דאס במנוחה בא זיך אין שטוב אדער אין שול, און אנשטאט דעם פארט ער אוועק ערגעץ אין א ווייטען ארט, וואס וועגן עונג שבת איז ניט צו טראכטען און אמאל אויך ניט וועגען מנוחת שבת, און ניצט אויס דעם שבת אויף צו איינווירקען אויף א אידען, וואס ווייס ניט וועגען שבת בכלל, אדער ווייס גארניט וועגען אידישקייט, און מ'דארף מיט עם אנהויבען צו לערנען דעם אל"ף בי"ת פון שבת אדער דעם אל"ף בי"ת פון אידישקייט, דאס וואס דער בחור האט דאס איינגעזאפט און באקומען דירעקט אין זיין היים בפשיטות (מיט א געוויסקייט אן צווייפלונג) וואס צוליב דעם, אט דעם צווייטען איד, אפפערט ער זיין עונג (רוחני) שבת אום צו אפהיטען א אידן פון א איסור סקילה ר"ל, אדער לערנען מיט עם תורה און דאס גלייכען.

וואס אויף דעם איז דער פסק הגמרא (זעה מסכת בבא מציעא דף פ"ה עמוד א') אז ניט נאר איז דאס מער ווי דער לערנען אין דער ישיבה דא, נאר אויך אפילו מער ווי דער לערנען בישיבה של מעלה.

בברכה צו גוטען געזונט און גוטע שטימונג ושמחה און צו א פריילעכן פורים.

ט'ק

חלקה נדפס בלקו"ש חל"ג ע' 291, חלקה בחל"ו ע' 257, והושלמה עפ"י העתקה.

מרבין בשמחה: תענית כט, סע"א. מג"א או"ח סו"ס תרפו.

ווי חז"ל רופען דאס: ברכות מז, ב. וש"נ.