ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט'קח

ב"ה, שושן פורים, ה'תשכ"ו

ברוקלין, נ.י.

צו דער 24'טער יערלעכער מסיבה פון די "נציבי הישיבה" תומכי-תמימים ליובאוויטש אין מאנטרעאל, ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אזוי ווי די יערלעכע מסיבה קומט היי-יאר פאר געציילטע טעג נאך פורים, איז צו האפן, אז די אנטיילנעמער וועלן שטיין אונטער דעם פרישן

איינדרוק פון דעם באדייטונגספולן יום-טוב, וואס אונטערשטרייכט אז בא אידן איז יעדע דערמאנונג פארבונדן מיט מעשים (נזכרים ונעשים פורים דערמאנט אונז וועגן א צייט ווען אידן זיינען געווען אין גלות, אבער אונטער ליבעראלע און פריינטלעכע הערשער, אנהויבנדיג מיט כורש מלך פרס, וועלכער האט די פארטריבענע אידן אין גלות בבל געגעבן פרייהייט און זעלבסשטענדיקייט אין א גרויסער מאס. אויך אונטער אחשורוש'ן האבן זיי גענאסן פרייהייט אין רעליגיעזן, עקאנאמישן און פאליטישן לעבן, אונטער דער גייסטיגער פירערשאפט פון מרדכי הצדיק, א מיטגליד פון סנהדרין און אן אנגעזעענע פיגור אין קעניגלעכן פאלאץ )יושב בשער המלך). מרדכי האט קיינמאל ניט פארגעסן, אז ער שטאמט פון ירושלים, און אז ער געפינט זיך אין גלות (אשר הגלה מירושלים גו'). עס זיינען אבער געווען אידן וועלכע האבן געוו[א]לט פארגעסן ירושלים און דעם בית-המקדש, און האבן געהאלטן פאר א כבוד און גליק אנטייל צו נעמען אין דער טריפה קעניגלעכער סעודה, און דאס האט געבראכט צו דער גזירה פון המן הרשע.

מרדכי האט געוואוסט, אז דער וועג צו צעשטערן המן'ס גזירה איז דורך פארשטארקען און אויסברייטערן דעם תורה-טרייען חינוך פון די אידישע קינדער.

דערציילן אונז די חכמים, זכרונם לברכה, אז מרדכי האט פארזאמלט פיל טויזנטער קינדער און האט מיט זיי געלערנט תורה - מיט אזא באגייסטערונג, אז זיי זיינען געווען גרייט צו גיין צוזאמען מיט מרדכי'ן אויף קידוש-השם, און דאס האט צונישט געמאכט אלע גזירות פון המן הרשע.

און אויך נאך דעם גרויסן נצחון, ווען מרדכי איז באשטימט געווארן אויף המן'ס ארט אלס משנה למלך און זיין רום האט דערגרייכט אין אלע מדינות, איז ער שטענדיג און אומעטום געווען בארימט אלס מרדכי היהודי - "דער איד מרדכי", ווייל ער האט זיך שטענדיג און אומעטום געפירט אלס א שטאלצער תורה-איד, און דאס איז געווען זיין גאנצע מציאות, זיין אמת'ער "איך".

די געשיכטע פון פורים איז א קלארע אנווייזונג פאר אלע צייטן און אומשטענדן.

מרדכי און אסתר זיינען לעבעדיגע מוסטערן פאר אידן, מענער און פרויען, אין אלע דורות, אויך אין אונזער צייט. און דער נס פורים איז אן אייביגער דערמאנער, אז תורה-טרייער חינוך פון אידישע קינדער איז דער סוד און יסוד פון דער עקזיסטענץ און צוקונפט פון אידישן פאלק.

אונטער דעם איינדרוק פון די אויבנדערמאנטע גרונט-געדאנקען פון פורים, וועט האפענטלעך יעדער איינער און איינע פון די אנטיילנעמער זיכער בעסער אפשאצן די לעבענסוויכטיגע ארבעט פון דער ליובאוויטשער ישיבה אין מאנטרעאל און וועט זיך נעענטער אידענטיפיצירן מיט דער חינוך טעטיקייט פון אט דעם גרויסן תורה-מוסד וואס האט זיך דערווארבן אזעלכע ווייטגרייכנדע פארדינסטן.

איך שיק מיין באגריסונג צו אלע חשובע געסט און אנטיילנעמער, מיט דער אינערלעכער ברכה, אז די אונטערנעמונג זאל דורכגעפירט

ווערן מיט גרויס הצלחה אין אלע הינזיכטן. דער זכות פון הפצת

התורה והמצוות זאל ביישטיין אז אלע ענינים, סיי כללות'דיגע סיי פערזענלעכע, זאלן זיין אין אן אופן פון מרבין בשמחה, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות

מ. שניאורסאהן

ט'קח

נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 380, והושלמה עפ"י צילום האגרת.

נזכרים ונעשים: אסתר ט, כח. וראה רמ"ז בס' תיקון שובבים. הובא ונת' בס' לב דוד (להחיד"א) פכ"ט.

מרדכי הצדיק, א מיטגליד פון סנהדרין: ראה מגילה יג, ב. טז, ב.

יושב בשער המלך: אסתר ב, יט. ועוד.

אשר הגלה מירושלים גו': שם, ז.

און דאס האט געבראכט צו דער גזירה: ראה לקו"ש חל"א ע' 170 ואילך. "רשימות" חוברת לג ע' 19 ואילך, ובהנסמן שם.

דערציילן אונז די חכמים, זכרונם לברכה: ראה אסת"ר פ"ט, ד. פ"י, ד. ועוד.

משנה למלך..מרדכי היהודי: אסתר יו"ד, ג.

מרבין בשמחה: תענית כט, סע"א. מג"א או"ח סו"ס תרפו.