ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט'קמג

ב"ה, א' במדבר, ה'תשכ"ו

ברוקלין, נ.י.

צו אלע אנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער פאר דעם מוסד חינוך "אהלי תורה" ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

דער דינער קומט הייאר פאר אויף מארגן נאך שבת פ' במדבר, געציילטע טעג פאר שבועות, זמן מתן תורתנו. איז אין דעם פאראן א ספעציעלע טרעפלעכקייט און באדייטונג פאר דער יערלעכער אונטערנעמונג לטובת דעם מוסד חינוך "אהלי תורה".

לויט די גאונים, לייענען מיר די פרשה במדבר שטענדיג פאר שבועות. די פרשה הויבט זיך אן מיט דער ציילונג פון די אידן אין מדבר סיני, וואס דערפאר ווערט דער גאנצער חומש במדבר אנגערופן חומש הפקודים.

איינע פון די אנדייטונגען דערפון איז, אז ווען עס קומט צו מתן-תורה דארפן אלע אידן געציילט ווערן און אריינגערעכנט ווערן אין דעם כלל ישראל, ווייל יעדער איד האט א חלק אין דער תורה און יעדער אידישע נשמה איז פארבונדן מיט דער תורה הקדושה.

יעדער איד, פון משה רבינו ביז א פשוט שבפשוטים, מוז געציילט ווערן אלס "איינער", ניט מער און ניט ווייניגער, ווייל מצד פנימיות הנפש זיינען אלע אידן גלייך און טייער דעם אויבערשטן, אלס בנים למקום, ווי עס ווערט דערקלערט אין תניא (פרק לב) כולן מתאימות ואב אחד לכולנה - אלע זיינען גלייך, און אלע האבן איין פאטער.

דערפון איז אויך פארשטאנדיג, אז מ'טאר קיינמאל חלילה ניט "אפזאגן" א אידן, ניט קוקנדיג ווי און וואס זיין מעמד ומצב אין תורה ומצוות איז.

די אנערקענונג פון דער הויכקייט פון דער אידישער נשמה, און אז יעדע נשמה איז א טייל פון כלל ישראל און אז דער אויבערשטער איז "אב אחד לכולנה" - דאס איז א הכנה צו קבלת התורה בשמחה ובפנימיות.

נעמענדיג אין אכט, אז די תורה איז געגעבן געווארן ערשט דאן ווען מיר האבן אנגעגעבן די קינדער אלס פארזיכערונג, אז די תורה וועט געלערנט ווערן און אפגעהיט ווערן - בנינו ערבים בעדינו - איז קלאר ווי לעבנס-וויכטיג עס איז דער אמת'ער תורה-טרייער חינוך, און וואס דער צוגאנג צו דעם חינוך דארף זיין: מצד די מחנכים - אין איינפלאנצן אין די יונגע הערצער פון די תלמידים אהבת תורה ויראת שמים, צוזאמען מיט אהבת השם און אהבת ישראל, אין דעם גייסט פון כולן מתאימות ואב אחד לכולנה; און מצד די בעלי-בתים - צו אנערקענען זייער אחריות, און זכות, צו שאפן אלע מעגלעכקייטן פאר דעם דאזיגען חינוך על טהרת הקדש, און זען, אז קיין איין איינציג קינד זאל חלילה ניט דארפן בלייבן אין דרויסן.

עס איז צו האפן זיכער, אז אלע אנטיילנעמער אין דער יערלעכער אונטערנעמונג פאר דעם מוסד חינוך אהלי תורה וועלן ריכטיג אפשאצן זייער אחריות און זכות פאר דעם מוסד חינוך, צו פארזיכערן אז די

אונטערנעמונג וועט דערפילן אלע דערווארטונגען, אין אלע הינזיכטן און אין דער פולסטער מאס, און אז די הצלחה דערפון וועט זיך פילן א גאנץ יאר.

בכבוד ובברכה להצלחה

מ. שניאורסאהן

ט'קמג

נדפסה בלקו"ש ח"ח ע' 231, והושלמה עפ"י צילום האגרת.

פרשה במדבר שטענדיג פאר שבועות: תוס' מגילה לא, סע"ב. רמב"ם הל' תפלה פי"ג ה"ב. טושו"ע או"ח סתכ"ח ס"ד.

חומש הפקודים: יומא רפ"ז (סח, ב) ובפרש"י. סוטה לו, רע"ב.

בנינו ערבים בעדינו: שהש"ר פ"א, ד.