ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט'קנג

ב"ה, אסרו חג השבועות, זמן מתן תורתנו,

ה'תשכ"ו. ברוקלין, נ.י.

צו די באטייליגטע אין דעם יערלעכן לאנטשאן פון דעם נ.י. קאמיטע פאר דעם סעמינאר למורות ובתי ספר לנערות - אין כפר חב"ד בארצנו הקדושה ת"ו

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

צו דער געלעגנהייט פון דעם יערלעכן לאנטשאן, וואס קומט פאר ביום א' פרשת שלח, שיק איך אן אינערלעכן וואונש, אז דער אויבערשטער זאל באגליקן די אונטערנעמונג מיט גרויס הצלחה, און אז די הצלחה זאל זיך פילן און מערקן א גאנץ יאר.

אין דער סדרה פון דער וואך - שלח - ווערט דערציילט וועגן אן ענין אין וועלכן די פרויען האבן זיך ווידעראמאל אויסגעצייכנט מיט זייער צוגעבונדקייט צום אויבערשטן און האבן געדינט אלס מוסטער פאר די מענער.

עס האט זיך געהאנדלט וועגן דעם אויבערשטנ'ס הבטחה דורך משה רבנו צו געבן ארץ-ישראל צו די אידן, וואס די מרגלים האבן מיט זייער ניט-גוטן באריכט אפגעשוואכט אין די הערצער פון די מענער. די פרויען, דאגעגן זיינען געבליבן פעסט אין זייער גלויבן אין דעם אויבערשטנ'ס הבטחה. דאס איז ספעציעל געקומען צום אויסדרוק ווען די טעכטער פון צלפחד האבן געפאדערט א נחלה אין ארץ-ישראל, ווי עס ווערט דערציילט אין א שפעטערדיגע סדרה. די מוטיגע האנדלונג פון די טרייע אידישע טעכטער - ווערט שטארק געלויבט פון אונזערע חכמים, זכרונם לברכה.

דערפון זעען מיר, אז עס זיינען פאראן זאכן, אפט - גאר וויכטיגע אנגעלעגנהייטן וועלכע זיינען נוגע דעם כלל ישראל, וואו פרויען דארפן נעמען אן אקטיוון אנטייל און דינען אלס לעבעדיגער מוסטער אפילו פאר די מענער.

ספעציעל וויכטיג איז דער אנטייל וואס פרויען דארפן נעמען אין דעם געביט פון חינוך. די אידישע פרוי איז באשאנקען מיט ספעציעלע אייגנשאפטן און געפילן, מיט א באזונדערער פילבארקייט און מוטערלעכער צוגעבונדקייט צו א אידיש קינד, בפרט א קינד אין נויט. אויסערדעם וואס זיי קענען זייער פיל ביישטייערן דורך זייער דירעקטער הילף, סיי בנוגע די מאטעריעלע און סיי גייסטיגע באדערפענישן, איז ניט ווייניגער וויכטיג אויך די אומדירעקטע הילף וואס די פרויען לייסטן, דינענדיג אלס לעבעדיגער ביישפיל און ארויסרופנדיג א באגייסטערונג בא די מענער.

דער זכות פון אייער טעטיקייט לטובת די מוסדות חינוך אין כפר חב"ד, וועלכע זיינען געגרינדעט געווארן דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע - א טעטיקייט וועלכע איר וועט זיכער פארשטארקן און אויסברייטערן, ווי עס פאדערט זיך אין אלע ענינים פון תורה וקדושה - וועט אייך ביישטיין, איר זאלט מיט דעם אויבערשטנ'ס הילף מצליח זיין אין אייער ארבעט, און דורכדעם אויך באגליקט ווערן, צוזאמען מיט די בני בית שיחיו, אין אלץ וואס מען נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות

מ. שניאורסאהן

ט'קנג

נדפסה בלקו"ש ח"ח ע' 299, והושלמה עפ"י צילום האגרת.

אין דער סדרה פון דער וואך: בהבא לקמן ראה גם לעיל חכ"ג אגרות ח'תתקצב-ג.

פון אונזערע חכמים, זכרונם לברכה: ראה תורה שלימה שלח אות ל, ובהנסמן שם.

ספעציעל..פרויען..חינוך: ראה של"ה מד, א. קונטרס "חנוך לנער" ס"ע 34 ואילך.