ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט'קנה

ב"ה, ט"ו סיון, ה'תשכ"ו

ברוקלין, נ.י.

אגודת נשים דבראנזו[ו]יל ואיסט-ניו-יארק

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

צו דער געלעגנהייט פון אייער יערלעכן לאנטשאן, ביום ב' ח"י סיון, הבע"ל, זאל דער אויבערשטער העלפן, אז די אונטערנעמונג זאל זיין מיט גרויס הצלחה, אין אלע הינזיכטן.

היי-יאר איז דאך א שמיטה-יאר, דאס זיבעטע יאר וואס איז געהייליגט צווישן די יארן אזוי ווי דער זיבעטער טאג, שבת, איז געהייליגט צווישן די טעג; מיט דעם אונטערשייד וואס שבת זיינען אלע מלאכות פארבאטן, אבער אין שמיטה-יאר טאר מען בלויז ניט באארבעטן די פעלדער און גערטנער, אבער אלע אנדערע ארבעט אין הויז אד"ג איז ערלויבט צו טאן.

דער צוועק פון שמיטה-יאר, ווי פון טאג פון שבת, איז - לה' - געהייליגט צו ג-ט.

דאס מיינט, קודם כל, אז די באפרייטע צייט פון לאנדווירטשאפט - וואס איז געווען פון די הויפט באשעפטיקונג[ע]ן פון אידן פארן גלות - זאל אויסגענוצט ווערן אויף ענינים פון ג-טלעכקייט און קדושה.

דערביי קומט אויך ארויס נאך א הויפט-אפלערנונג פון שמיטה - אז אפילו אין דעם געוויינלעכן "וואכעדיגען" טאג-טעגלעכן לעבן זאל מען מוסיף זיין אין ענינים פון ג-טלעכקייט, ביז דאס גאנצע יאר ווערט בארעכטיגט אנגערופן צו ווערן "לה'", ענלעך צו שבת וואס ווערט אנגערופן "קודש לה'".

און פונקט אזוי ווי דער גייסט און קדושה פון שבת דארף באווירקן אלע טעג פון וואך, און שבת איז "מקור הברכה" (דער קוואל פון ג-טלעכע ברכות) פאר אלע טעג פון וואך, אזוי דארף אויך דער גייסט און קדושה פון שמיטה זיך אפשפיגלען אין אלע איבעריגע יאר און דאס שאפט די צנורות צו באקומען די ג-טלעכע ברכות אויך אין מאטעריעלע נויטווענדיקייטן.

פאר דער אידישער פרוי מיינט דאס: כאטש זי איז ניט באשעפטיקט אין לימוד התורה, קען זי, און דארף, מוסיף זיין אין אלע ענינים פון קדושה אין דער היים, וואו זי איז די "עקרת הבית", ווי אויך אין די טעטיקייטן צו שטיצן די מוסדות התורה, וואס דאס איז די אויפגאבע פון אייער אגודת נשים. בפרט, אז איר האט דעם גרויסן זכות צו שטיצן די הייליגע מוסדות פון די ליובאוויטשער ישיבות, געגרינדעט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועלכע זיינען אן אונערשעפלעכער קוואל פון תורה וקדושה אויך פנימיות התורה, תורת החסידות, און דינען אלס מוסטער און דערמוטיקונג אויך פאר אנדערע מוסדות תורה וחינוך.

השם יתברך זאל מצליח זיין אייער ארבעט, וועלכע איר וועט זיכער פארזעצן אין א פארשטארקטער און שטייגענדער מאס, און זאל באגליקן אייך און אייערע בני-בית שיחיו אין אלץ וואס מען נויטיגט זיך, בטוב הנראה והנגלה, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות

מ. שניאורסאהן

ט'קנה

נדפסה בלקו"ש ח"ז ע' 358, והושלמה עפ"י צילום האגרת.

מיט דעם אונטערשייד: ראה גם סהמ"צ להצ"צ מצות איסור עבודת האדמה והאילנות בשביעית (דרמ"צ לה, סע"א ואילך).

שבת..לה': בהר, כה, ב-ד ובתו"כ ופרש"י. וראה גם לעיל אגרת ט'קלז, ובהנסמן בהערות שם.

די באפרייטע צייט..זאל אויסגענוצט ווערן כו': ראה ספורנו בהר שם.

קודש לה': בשלח טז, כג. ועוד.

שבת איז "מקור הברכה"..פאר אלע טעג פון וואך: ראה זח"ב סג, ב. פח, א.

אידישער פרוי.. ניט באשעפטיקט אין לימוד התורה: ראה קידושין כט, ב. לד, א.

עקרת הבית: ראה ב"ר פע"א, ב. זח"א קנד, א. ועוד.