ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט'קנו

ב"ה, י"ח סיון, ה'תשכ"ו

ברוקלין, נ.י.

מרת נחמה

תחי'

ברכה ושלום!

אונזער חשובער פריינד, הרב שלמה אהרן שי' קאזארנאווסקי, האט מיר געוויזן א קאפיע פון דעם בריוו וואס איר האט געשיקט אין ארץ-ישראל אין צוזאמענהאנג מיט דעם פראיעקט "בית נחמה".

וויל איך דערמיט אויסדריקן מיין גרויס צופרידנקייט לייענענדיג דעם בריוו און זעענדיג די ווארימע אידישע געפילן וועלכע ווערן אין אים אויסגעדריקט, און אייער איבערצייגענדע שטעלונג בנוגע די שטרענגע כשרות וואס מוז אפגעהיט ווערן אין "בית נחמה".

איך האף זיכער, אז אייער ווענדונג וועט האבן דעם געהעריגען אפקלאנג, און אלע גוטע באשלוסן וועלן געקרוינט ווערן מיט ערפאלג אין דער פולסטער מאס, וואס וועט דינען אלס לעבעדיגער מוסטער פאר אנדערע ענלעכע פראיעקטן. דאס איז ספעציעל וויכטיג, נעמענדיג אין אכט, אז דאס זיינען באדינגונגען וועלכע זיינען פארבונדן מיט חינוך פון דעם וואקסענדען דור אין ארץ-ישראל, אויף וועמען עס ווערט געלעגט די ערנסטע האפנונג, אז ניט נאר וועלן זיי אליין דערפילן אלע דערווארטונגען אלס בויער פון דעם נייע[ם] דור, נאר זיי וועלן אויך אויספילן דעם ליידיגען חלל וואס איז ליידער געבליבען נאכדעם ווי עס זיינען פון אונז אפגעריסן געווארן פילע מיליאנען פון די בעסטע זין און טעכטער פון דעם אידישן פאלק. אט די פארשניטענע לעבנס פון די קדושים הי"ד, וואס אויף יעדן פון זיי איז געזאגט געווארן נר ה' נשמת אדם (א אידישע נשמה איז א ג-טלעכע ליכט) טארן ניט אויסגעלאשן ווערן ח"ו, און די ליכטיקייט וואס זיי האבן פארשפרייט ארום זיך מוז פארגעזעצט ווערן דורך דעם נייעם דור - זייערע גייסטיגע יורשים.

דאס פאדערט אויך א צוגאב מסירת-נפש פון יעדן איינעם און איינער פון אונז, וועמען די השגחה עליונה האט געגעבן דעם גרויסן זכות צו נעמען א חלק אין דער דערציאונג פון דעם יונגען דור, אז די דאזיגע דערציאונג זאל זיין דורכגעדרונגען מיט דעם ריכטיגען גייסט און מיט דער פולער אנערקענונג און באוואוסטזיין וואס עס איז זייער אויפגאבע אין לעבן, כדי זיי זאלן קענען דורכפירן זייער ג-טלעכע שליחות אין דער פולסטער מאס.

השם יתברך זאל באגליקן אייער גוטע ארבעט, איר זאלט זען פירות גוטע, און פירי-פירות, פון אייערע אויפטואונגען, און געניסן פיל נחת דערפון, אין גוטן געזונד און אין פרייד און פארגעניגען.

בברכה לבשורות טובות.

ט'קנו

מרת נחמה: שייווער. אגרת נוספת אלי' - לעיל ט'צ.

אויספילן דעם ליידיגען חלל כו': ראה גם "רשימות" חוברת ל ע' 10, ובהנסמן שם בהערה 30.

נר ה' נשמת אדם: משלי כ, כז. וראה תניא פי"ט.