ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט'קנח

ב"ה, כ"ה סיון, ה'תשכ"ו

ברוקלין, נ.י.

תלמידי ישיבת תומכי תמימים ליובאוויטש

לחג הסיום, מאנטרעאל, ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

צו דער בעפארשטייענדער חגיגת הסיום ביום ד' ד' תמוז, הבע"ל, שיק איך מיין באגריסונג און ברכה צו די מסיימים, ווי אויך צו די ר"מים, מנהלים, מחנכים און אלע תלמידים, שיחיו. השם יתברך זאל געבן, אז די חגיגה זאל ארויסרופן די געהעריגע דערמוטיגונג און כוחות הנפש צו שטייגען אין אלע ענינים פון תורה ומצוות.

אויב דאס איז דער צוועק פון א חג הסיום שנה שנה, על אחת כמה וכמה - ווען דער חג הסיום - ווי היינטיגס יאר - קומט פאר אין שנת השבע שנת השמיטה, וואס ווערט אנגערופן "שבת לה'" און איז צוגעגליכן געווארן צו שבת-קודש,

וואס שבת איז דאך - אפילו שינה בשבת תענוג, כאטש אין דער צייט פון שלאף איז דער שכל - דאס העכסטע אין מענטשן - אויך איינגעדרעמלט. דאס ווייזט, אז אלע ענינים פון מענטשן, אפילו די געוויינלעכסטע - ווי שלאפן - דארפן זיין געהייליגט צו ג-ט.

על דרך זה איז דער ענין פון שמיטה. אין דעם יאר פון שמיטה זיינען געווען פארבאטן בלויז די פארשידענע מלאכות וועלכע זיינען פארבונדן מיט ערד-ארבעט, אבער אלע אנדערע מלאכות זיינען ניט באשרענקט געווארן. האט אבער די תורה געפאדערט, אז אויך אין די אלע אנדערע באשעפטיקונגען פון טאג-טעגלעכן לעבן א גאנץ יאר זאל זיך מערקן דער "שבת לה'" - אין צוגאב צו דעם וואס די באפרייטע צייט פון ערד-ארבעט זאל געווידמעט ווערן צו לימוד התורה וקיום המצוות מיט מער טיפקייט און אינערלעכקייט.

עס איז דעריבער צו האפן, אז די חגיגת הסיום וועט דורכגעפירט ווערן אונטערן איינדרוק און אין דעם גייסט פון שמיטה, וואס די השפעה פון דעם יאר פון שביעית האט זיך געדארפט פילן אויך אין אלע איבעריגע יארן, פונקט ווי די השפעה פון שבת דארף זיך פילן אין אלע טעג פון דער וואך.

השם יתברך זאל מצליח זיין יעדן איינעם פון די מסיימים, בתוככי כל תלמידי הישיבה, שיחיו, צו דערפילן די אויפגאבע און שליחות וואס דער מייסד הישיבה, זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, האט ארויפגעלעגט אויף די תמימים, צו זיין נרות להאיר מיט דעם אור תורת הנגלה און אור תורת החסידות, אין דער פולסטער מאס, בשמחה ובטוב לבב.

בברכה להצלחה מופלגה בגשמיות וברוחניות גם יחד ולבשורות טובות

מ. שניאורסאהן

ט'קנח

נדפסה בלקו"ש ח"ז ע' 359, והושלמה עפ"י צילום האגרת. ראה גם לקמן אגרת ט'שלא.

שבת לה': בהר כה, ב-ד.

צוגעגליכן געווארן צו שבת-קודש: ראה גם לעיל אגרת ט'קלז, ובהנסמן בהערות שם.

שינה בשבת תענוג: ראה ילקוט ראובני ואתחנן ד, יט. הנסמן בלקו"ש חי"ב ע' 254.

די באפרייטע צייט..זאל אויסגענוצט ווערן כו': ראה ספורנו בהר שם.

נרות להאיר: ראה גם תורת מנחם - התוועדויות ח"ד ריש ע' 228, ובהנסמן שם.