ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט'קפ

ב"ה, ב' מנ"א תשכ"ו

ברוקלין.

ברכה ושלום!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף, בקשת ברכה פ"נ.

און בעת רצון וועט ער געלייענט ווערען אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

נ.ב.

צו אייער פראגע וועגען פארען אין נויארק.

זעלבסט פארשטענדליך, אז דאס איז ניט נויטיג, און ס'איז א שאד די געלט און די צייט, ווארום אין באסטאן געפינען זיך גוטע דאקטוירים, וואס זיכער שטייט [איר] מיט זיי אין פארבינדונג, און השם יתברך זאל העלפען זיי זאלען צוטרעפען די ריכטיגע באהאנדלונג, און זאלט קענען אנזאגען גוטע בשורות.