ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט'קצד

ב"ה, כ"ה מנ"א תשכ"ו

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון דינסטאג בקשת ברכה פ"נ, וועגען אייער..תחי'

ווי עס פירט זיך אין אזעלכע פאלען, דארפמען טאן לויט די אנווייזונגען פון א דאקטאר ספעציאליסט אויפן ארט, און בכלל איז ניטא וואס צו איבערטראכטען, און השם יתברך זאל איר שיקען א רפואה קרובה און אויך א רפואה שלימה, און בענשן איר אין דעם וואס זי נויטיגט זיך.

געוויס האט איר שוין באקומען דעם ענטפער אויף אייערע פריערדיקע בריף.

בברכה צו גוטע בשורות און גוטען געזונט.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר