ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט'ר

ב"ה, אדר"ח אלול, תשכ"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון כ"ו מנ"א, אין וועלכען איר שרייבט וועגען דער דירה פראגע אין כפר חב"ד, און די שוועריקייטען אין דעם.

ס'וואלט גוט געווען, איר זאלט נאך א מאל ריידין מיט דעם וועד פון כפר חב"ד, און פארשטענלדיך אז איר קענט זאגן, אז איר טוט דאס לויט מיין עצה,

און השם יתברך זאל אייך העלפען מיט א גוטע איינארדנונג, גוט סיי אין רוחניות און סיי אין גשמיות, וואס בא אידן היינגט אפ די גשמיות פון די רוחניות, ווי [מען] זעהט דאס, ווען [מ']טראכט זיך אריין אין דעם, און זיכער איז איבעריג צו מאריך זיין אין דעם ענין.

פון דעם איז פארשטענדליך מיין באציה[א]ונג צום צווייטען טייל פון אייער בריף, אין וועלכען איר שרייבט וועגען דעם פלאן פון אייער זון שי' בהנוגע צו זיין לערנען אין דער צוקונפט, וואס ס'איז צו באוואונדערען, אז מ'זאל גאר אזוי טראכטן.

השם יתברך האט געפירט אייך און אייער פאמיליע שי' בנסים ונסי נסים, ארויסגעראטעוועט פון יענער מדינה, גאנץ, ניט נאר בגשמיות נאר אויך בנוגע צו אידישקייט, און דער נס האט מצליח געווען בפועל ממש, און מ'איז עולה געווען לארץ ישראל, ארץ הקדש, וויל מען אוועקגעבען די בעסטע צייט פון לעבען, די יוגענד יארען, צו לערנען זיך אזעלכע זאכען, וואס דאס האט מען געקענט אין יענער מדינה אויך גרייכען, און אפשר נאך בעסער אויסלערנען זיך, ווי אין אנדערע ערטער, און דאס אלץ טאן, אנשטאט צו דאנקען להשם יתברך אויף א פאסיגען וועג, געמיינט דורך שטארקען זיך אויספאלגען דעם רצון השם יתברך, ווי ס'איז אנגעוויזען אין דער תורה ביזן שולחן ערוך און צו אניאגען דאס, וואס ס'איז ניט מעגליך געווען אין יענער מדינה, און טאן דאס מיט שמחה וטוב לבב.

וכל שכן וקל וחומר, ווען ס'איז געווען פארבונדען מיט מסירת הנפש, האט מען געטאן וואס נאר מעגליך, און מ'האט זיך ניט גערעכענט מיט דעם, בכדי צו פירען זיך לויט רצון השם ית', און איצטער אז מ'איז געקומען אויף דער פריי, צו פירען זיך ווי מ'וויל און ווי מ'באדארף, קומט ווער און טענה'ט, אז חאטש השם ית' איז דער זן ומפרנס לכל בטובו בחן בחסד וברחמים, וועט ער ח"ו ניט קענען מפרנס [זיין] דעם, סיידען מען וועט האבן א פאפיר אז מ'האט געלערנט אין דעם און דעם ארט, און דעריבער דארפמען אוועקגעבען אזויפיל שעות, טעג וואכען און חדשים און יארען, אויף די אלע זאכען, וואס יענע מדינה צייכענט זיך אויס אין דעם.

איך וויל ניט מאריך זיין אין אזא ווייטאגדיקען ענין, און בפרט אז איך בין זיכער, אז דאס אויבען געשריבענע וועט זיין גענוגענד צו זעהן די זאך ווי דאס איז אין אמת'ן.

און בפרט שטייענדיג אין דעם חדש אלול, וואס יעדער איד זאגט צוויי מאל א טאג, השם אורי וישעי, אז השם יתברך, און נאר השם יתברך, באלייכט זיין לעבן און העלפט עם.

לויט אייער שרייבען, איז דער בריף געשיקט מיט לופט פאסט עקספרעס.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

ט'ר

צוויי מאל א טאג: ראה לקו"ש ח"ט ע' 170. וש"נ.