ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט'רמא

ב"ה, י"ז כסלו, ה'תשכ"ז

ברוקלין, נ.י.

צו די אנטיילנעמער אין דעם יערלעכן חנוכה-דינער

פון דעם עלטערן און לערער פארבאנד פון ישיבת תומכי-תמימים ליובאוויטש אין מאנטרעאל

שלום וברכה!

עס האט מיר געפרייט צו באקומען די מיטטיילונג וועגן דעם קומענדיגען יערלעכן חנוכה-דינער, וואס וועט דעם יאר פארצייכ[ע]נען דעם 25'יעריגען עקזיסטענץ פון דער ליובאוויטשער ישיבה אין מאנטרעאל.

בא דער געלעגנהייט זאל אויך אונטערשטראכן ווערן, אז היינטיגס יאר האט א ספעציעלע באדייטונג פאר חינוך, זייענדיג א יאר פון הקהל , ווי דער ענין איז ארומגערעדט געווארן אין דעם בריוו צו ראש-השנה. די מצוה פון הקהל - פארזאמלען דעם פאלק: מענער, פרויען און קינדער, אין בית-המקדש, צו הערן פרשיות פון דער תורה, וועלכע זיינען געלייענט געווארן דורך דעם מלך, כדי צו דערוועקן אין זיי יראת השם און שטארקען זייער טעגלעכע אויפפירונג על פי תורה ומצוות - האט ארויסגערופן אין יעדן איינעם, מאן און פרוי, א פארשטארקטן געפיל

פון אחריות פאר חינוך על טהרת הקודש - אן אחריות און פליכט

וועלכע דארפן דערפילט ווערן אלע יאר, און אין דעם יאר פון הקהל נאך מער.

כאטש אין דער היינטיגער צייט איז די פאראנטווארטלעכקייט פאר חינוך, אין א גרויסער מאס, אריבערגעטראגן געווארן אויף די מוסדות חינוך מיט זייערע לערער און מחנכים, מיינט דאס אבער ניט, אז עלטערן זיינען באפרייט געווארן פון זייער פערזענלעכע פליכט מקיים צו זיין די מצוה פון ושננתם לבניך - איינצופלאנצן אין זייערע קינדער תורה מיט יראת שמים און קיום המצוות אין טאג-טעגלעכן לעבן. דאס דארף זיך אויסדריקן, קודם כל, אין דעם חינוך, הדרכה און השפעה אין דע[ר] היים, און אויך אין דער אקטיווער מיטארבעט מיט דעם מוסד חינוך און לערער, צו העלפן זיי דורכפירן זייער שליחות, אלס פארשטייער פון די עלטערן, אין דער פולסטער מאס, און פון זייער זייט מקיים צו זיין דעם ושננתם לבניך - אלו התלמידים.

אזוי ווי דער דינער קומט פאר אין דעם יום-טוב חנוכה, און געציילטע טעג נאך יום הגאולה פון דעם אלטן רבי'ן, בעל התניא והשולחן ערוך, איז צו האפן, אז אלע אנטיילנעמער וועלן ברענגען צום אויסדרוק דעם גייסט און אינהאלט פון די דאזיגע ליכטיגע טעג, דורך א פארשטארקטע טעטיקייט לטובת דעם מוסד וואס ווערט אנגעפירט אין דעם גייסט פון דעם בעל הגאולה, וואס דאס מיינט לטובת דעם חינוך פון די קינדער-תלמידים שיחיו.

השם יתברך זאל העלפן, אז די הארמאנישע צוזאמענארבעט און פרוכטבארע טעטיקייט זאל כסדר שטייגן און וואקסן, אין איינקלאנג מיט דעם אנזאג מעלין בקודש , ווי דאס ווערט אויך ארויסגעבראכט אין דער מצוה פון נר חנוכה - מוסיף והולך - אנצינדען נאך א לייכטענדע ליכטעלע יעדע נאכט פון חנוכה, און וואס מער פארשפרייטן די ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור.

בברכה להצלחה און צו א פריילעכן און ליכטיגען חנוכה.

ט'רמא

בריוו צו ראש-השנה: דלעיל אגרת ט'ריז, ובהנסמן בהערות שם.

ושננתם לבניך: ואתחנן ו, ז.

אלו התלמידים: ספרי ופרש"י עה"פ.

מעלין בקודש: ברכות כח, א. וש"נ.

מוסיף והולך: שבת כא, ב.

נר מצוה ותורה אור: משלי ו, כג.