ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט'רמד

ב"ה, יום הגאולה, י"ט כסלו, ה'תשכ"ז

ברוקלין, נ.י.

אל קהל עדת ישורון חובבי ומוקירי תורה ומצוה

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אין צוזאמענהאנג מיט דעם פארשטייענדן יערלעכן דינער פון מרכז הישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש ביום א' פרשת בשלח, ד' שבט, הבע"ל, ווענד איך זיך צו חובבי תורה בכלל, און צו די פריינד פון די ליובאוויטשער ישיבות בפרט, צו זען אויסצונוצן די קומענדיגע וואכן כדי צו פארזיכערן, אז די יערלעכע אונטערנעמונג זאל דורכגעפירט ווערן מיט הצלחה אין אלע הינזיכטן, פינאנציעל און גייסטיג.

אויב אלע יאר דארף א איד געדענקען און דערפילן זיינע פליכטן צו חינוך על טהרת הקודש, איז דאך היי-יאר - א יאר פון הקהל (ווי עס האט זיך וועגן דעם גערעדט אין דעם ראש-השנה בריוו פון דעם יאר) - א צייט וואס רופט אלע אידן, מאן און פרוי, יונג און אלט, צו פארשטארקען דעם חינוך-וועזן אין דער גרעסטער מאס.

די קומענדיגע וואכן ביז צו דער יערלעכער חגיגה ווערן ספעציעל באלויכטן פון די ליכטיגע טעג - י"ט כסלו און כ"ד טבת - וועלכע זיינען פארבונדן מיט דעם אלטן רבי'ן, בעל התניא והשולחן-ערוך און גרינדער פון חב"ד, און די חגיגה אליין קומט פאר אין דער וואך פון יו"ד שבט - דער יארצייט-הילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, דער גרינדער פון מרכז הישיבות תת"ל דא אין לאנד - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.

עס איז ידוע ווי ווייט די נשיאי חב"ד פון אלע דורות האבן געלעגט די הדגשה אויף לימוד התורה און חינוך על טהרת הקודש. גענוג צו דערמאנען, אז דער ערשטער ספר וואס דער אלטער רבי האט געדרוקט איז געווען הלכות תלמוד תורה, וואס באלד ביים אנהויב ברענגט ער אראפ דעם פסק הלכה, אז דער חינוך פון א אידיש קינד הויבט זיך אן פון דעם מאמענט ווען ער הויבט אן צו ריידן.

אין דעם דאזיגען גייסט נעמען די ליובאוויטשער ישיבות ארום דעם חינוך פון אידישע קינדער פון דער פריסטער יוגענד ביז דערוואקסענערהייט; א חינוך אין איינקלאנג מיט הקהל - למען ישמעו ולמען ילמדו ויראו את ה"א ושמרו לעשות את כל דברי התורה הזאת (כדי זיי זאלן הערן און לערנען און מורא האבן פאר דעם אויבערשטן און זאלן היטן צו טאן אלע רייד פון דער תורה); א חינוך וואס באצוועקט צו מאכן פון די מחונכים - מחנכים, נרות להאיר - לייכטענדיגע ליכט, וועלכע מאכן ליכטיג דעם גאנצן ארום מיט נר מצוה ותורה אור.

איך וויל האפן, אז אלע פריינד פון די ליובאוויטשער ישיבות מיט די עסקני הישיבה בראשם, שיחיו, וועלן מאביליזירן אלע כוחות צו פארזיכערן דעם דערפאלג פון דער חגיגה שנתית, וואס איז אזוי וויכטיג פאר דער עקזיסטענץ און ווייטערער אנטוויקלונג פון די ליובאוויטשער ישיבות, וכל המוסיף מוסיפין לו ברכה והצלחה אין אלץ וואס מען נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות.

בכבוד ובברכה להצלחה רבה בכל האמור ובברכת חג הגאולה

מ. שניאורסאהן

ט'רמד

דעם ראש השנה בריוו: דלעיל אגרת ט'ריז, ובהנסמן בהערות שם.

דער ערשטער ספר..הלכות תלמוד תורה: שקלאוו תקנ"ד.

למען ישמעו..התורה הזאת: וילך לא, יב.

נרות להאיר: ראה גם תורת מנחם - התוועדויות ח"ד ריש ע' 228, ובהנסמן שם.

נר מצוה ותורה אור: משלי ו, כג.

וכל המוסיף מוסיפין לו: ראה תענית לא, א ובפרש"י.

טוב כפול..ונגלה: ראה אגה"ק סו"ס י"א. קדושין מ, א. אור התורה להצ"צ בראשית (לג, סע"א. לד, סע"א).

יובל: להעיר מזח"א (צה, ב): כל חירו מיובלא קאתי. לקו"ת דברים (ס, סע"ב).

יום בשורה: ראה שו"ת מן השמים (ס"ה): ג' יט' לחדש כסלו..והיום יום בשורה.

שהוכפל..נ"ע: לשון אדה"ז במכתבו (לה"גאון החסיד רלי"צ ז"ל מבארדיטשוב") בבואו מפטרבורג.

------------------------