ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט'רמט

ב"ה, ימי חנוכה, ה'תשכ"ז

ברוקלין, נ.י.

לעסקני "גמילת חסד" ע"י ביהמ"ד ליובאוויטש ובראשם הוו"ח אי"א עוסקים בצ"צ וכו' מו"ה יוסף מרדכי שי' פעלליג ומו"ה נתן קלמן שי' פעלליג ומוהר"ר חיים שלמה שי' גרינהוט , מאנטרע[א]ל

שלום וברכה!

דערמיט באשטעטיג איך די ערהאלטונג פון אייער בריוו פון יו"ד כסלו מיט דעם בייגעלעגטן באריכט.

השם יתברך זאל העלפן, אז איר זאלט פארזעצן אייער גוטע ארבעט מיט הצלחה און אין אן אופן פון מוסיף והולך, אין איינקלאנג מיט דער הוראה פון די דאזיגע טעג פון חנוכה און נר חנוכה וועלכע ווערן אנגעצונדן אין אן אופן פון מוסיף והולך.

און אזוי ווי די גמרא זאגט, אז איינע פון די מעלות פון גמילות חסדים איז וואס דאס ווערט געטאן אויך לעשירים, זאל דער אויבערשטער באגליקן אלע עסקנים, מנדבים און שטיצער פון דער גמילת חסדים, שיחיו, אז זיי זאלן טאן און אויך המקבלים שי' מהקרן מתוך עשירות והרחבה בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכת הצלחה

מ. שניאורסאהן

ט'רמט

מוהר"ר חיים שלמה שי' גרינהוט: אגרת נוספת אליו - לעיל ח"ד א'קח.

מוסיף והולך: שבת כא, ב.

די גמרא זאגט: סוכה מט, ב.

אכסניא של תורה: ראה ב"מ פה, א. ערכין טז, ב. (ושכרה - ברכות נח, א. פסחים פו, ב.

יומא יב, א. וממדת חסידות דאינו דנו (מהרי"ק שכ"א - נזכר ש"ך חו"מ ס"ז סקי"ב)).

שהן שורש לשס"ה מל"ת ורמ"ח מ"ע: תניא פ"ד. פירוש לרמב"ם הל' יסוה"ת רפ"ב.

------------------------