ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט'רס

ב"ה, ח' טבת, תשכ"ז

ברוקלין.

ליידיס אוקזילערי "נחת" - מאנטרעאל

מרת שרה תחי'

ברכה ושלום!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון ו' טבת מיט דאס בייגעלייגטע.

ויהי רצון איר זאלט האבען הצלחה אין אייער ארבעט לטובת די מוסדות, וועלכע זיינען געגרינדעט געווארען און ווערן אנגעפירט אין דעם גייסט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר אויף וועמענס ציון הק' איר וועט דערמאנט ווערען, צו פיל הצלחה, צו די אלע וועלכע טוען אין דעם.

ויהי רצון אז דער טאן אין דאס אויבען דערמאנטע זאל זיין אין א אופן פון צוגעבען מער און מער, וואס דאס איז אויך די אפלערנונג פון די חנוכה טעג, פון וועלכע מיר קומען ערשט, אז מ'גיט צו אין ליכטיקייט (ליכטיקייט וועלכעס איז פארבונדען מיט נר מצוה ותורה אור) פון טאג צו טאג.

בברכה לבשו"ט בכל האמור,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

ט'רס

מרת שרה: שימאנאוויטש.

נר מצוה ותורה אור: משלי ו, כג. וראה פרש"י ד"ה בנים - שבת כג, ב.