ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט'רסח

ב"ה, כ"ו טבת, ה'תשכ"ז

ברוקלין, נ.י.

מרת לוין תחי', בעל-הארבאר, נ.י.

[ברכה ושלום!]

זיינער צייט האט מען מיר איבערגעגעבן די טעלעפאנישע מעלדונג אז איר הויבט אן בויען, און איך האב געבעטן באלד איבערגעבן, אויך טעלעפאניש, מיין ברכה און אינערלעכע וואונשן, אז עס זאל זיין אין א גוטע שעה און א הצלחה'דיגע שעה.

נאכדעם האב איך אויך באקומען, מיט א פארשפעטיקונג, אייער בריוו, אין וועלכן איר שרייבט וועגן די פלענער אין דער זאך. און ווי אויבן געשריבן, זאל דער אויבערשטער העלפן אז די פלענער און האפנונגען זאל[ן] פארווירקלעכט ווערן אן שוועריקייטן און מיט הצלחה, און איר זאלט לאנגע גוטע יארן קענען פארזעצן די כשר'ע אידישע טראדיציע פון אייער משפחה.

מיטן וואונש צו הצלחה און מיט גרוס צו דער גאנצער משפחה.