ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט'רעא

ב"ה, ערב ש"ק פ' בא, ה'תשכ"ז

ברוקלין, נ.י.

צו אלע אנטיילנעמער אין דעם 27'טן יערלעכן דינער פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש,

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

דערמיט שיק איך מיין באגריסונג און ברכה צו די חשובע עסקנים, ערן-געסט און אלע אנטיילנעמער אין דער יערלעכער חגיגה פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש.

היי-יאר איז די יערלעכע פייערונג באשטימט געווארן אויף דעם ערשטן טאג פון א וואך וואס האט א ספעציעלע באדייטונג פאר די ליובאוויטשער מוסדות, און במילא אויך פאר אלע פריינט און שטיצער פון דער ליובאוויטשער ישיבה. דאס איז די וואך פון יארצייט פון

כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, דער גרינדער פון די ליובאוויטשער ישיבות אין אמעריקע.

דער ענין פון א יארצייט איז אפצופרישן און פארשטארקן די פארבונדקייט מיט דעם בעל-היארצייט דורך די ענינים פון טוב און קדושה וועלכע האבן געהאט א טיפע און אינערלעכע באדייטונג אין לעבן פון דעם בעל-היארצייט בעלמא-דין. דערמיט פארשאפט מען אן אמת'ן נחת-רוח פאר דער נשמה פון דעם, וועמענס אנדענקונג ווערט אפגעהיט און געהייליגט; און גלייכצייטיג שאפט מען זיך איין א גרויסן זכות דורך דעם פאראייניגען זיך מיט דעם גייסט פון בעל-היארצייט, פארזעצנדיג זיין הייליגע ארבעט אין א פארשטארקטער מאס.

עס איז באוואוסט וואס פאר אן ארט די ליובאוויטשער ישיבות האבן פארנומען אינם לעבן פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, און מיט וואס פארא מסירת-נפש ער האט זיך משתדל געווען צו פארזיכערן זייער עקזיסטענץ און אנטוויקלונג. דער גרעסטער נחת-רוח וואס מ'קען פארשאפן פאר זיין נשמה איז צו העלפן זיינע מוסדות צו דערפילן זייער אויפגאבע אין דער מאקסימאלסטער מאס, סיי אין כמות - דורך פארגרעסערן די מעגלעכקייט אריינצונעמען וואס מער תלמידים, און סיי באיכות - דורך פארשטארקן און פארטיפן דעם חינוך פון די תלמידים אין דעם גייסט פון תורה מיט יראת-שמים און מסירת-נפש.

יעדער צוגעקומענער תלמיד אין דער ליובאוויטשער ישיבה איז ניט נאר א דערגרייכונג פאר דעם תלמיד אליין, נאר אויך א דערגרייכונג לדורות, ווייל דורך אים ווערט אויפגעשטעלט א נייער אידישער דור, און מיט דער צייט - א תורה-טרייע אידישע היים. דערצו קומט צו די ספעציעלע אייגנשאפט פון דער ליובאוויטשער שיטה אין חינוך - איינצופלאנצן אין די תלמידים א טיפן געפיל פון פאראנטווארטלעכקייט און מסירת-נפש פאר א צווייטן אידן, אין איינקלאנג מיט דעם כלל גדול בתורה - ואהבת לרעך כמוך, אלס א יסוד אין טאג-טעגלעכן לעבן.

איך האף, אז יעדער איינער און איינע פון די אנטיילנעמער, און די פריינד פון דער ליובאוויטשער ישיבה בכלל, וועלן מאכן א ספעציעלע אנשטרענגונג צו פארזיכערן דעם דערפאלג פון דעם היי-יארדיגען דינער אין אלע הינזיכטן, און דער זכות פון דעם בעל-היארצייט, מייסד הישיבה, וועט אלעמען זיכער ביישטיין להתברך מאבינו שבשמים, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה מופלגה ולבשורות טובות

מ. שניאורסאהן

ט'רעא

נדפסה בלקו"ש חי"א ע' 236.

כלל גדול בתורה - ואהבת לרעך כמוך: קדושים יט, יח ובתו"כ ופרש"י.