ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט'רפב

ב"ה, ה' אד"ר, תשכ"ז

ברוקלין.

מרת הדסה

תחי'

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון מוצש"ק.

בעת רצון וועט מען אייך מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צו דער ערפילונג פון אייער הארץ פארלאנג צום גוטען, לויטן אינהאלט פון אייער בריף.

צו אייער דערמאנען וועגען א פאסענדער צייט צו א באזוך דא - מכמה טעמים איז כדאי, בחדש הרצון וימים טובים [נאר לפעמים פאר א בעלת הבית איז דאס פארבונדן מיט פערשידענע שוועריקייטען, איז דענסטמאל כדאי צו פארבינדען דאס מיט דער צייט פון דעם כינוס (קאנווענשאן) פון נשי חב"ד דא, וואס על פי רוב, קומט דאס פאר צווישען פסח און שבועות, און בפרטיות דארפמען זיך צונויפשרייבען מיט דעם מרכז פון נשי חב"ד, דא].

געוויס נעמט איר איינטייל אין די פעולות פון נשי חב"ד בכפר חב"ד, און געוויס איז איבעריג צו מאריך זיין אין דער נויטיקייט פון דעם.

בברכה לבשו"ט בכל האמור.

ט'רפב

מרת הדסה: פרמן, כפר-חב"ד.