ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט'שכה

ב"ה, ערב ראש-חודש סיון, ה'תשכ"ז

ברוקלין, נ.י.

צו די באטייליגטע אין דעם יערלעכן לאנטשאן פון נ.י. קאמיטע פאר דעם סעמינאר למורות ובתי ספר לנערות אין כפר חב"ד בארצנו הקדושה ת"ו ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

דער יערלעכער לאנטשאן, וואס קומט היי-יאר פאר ביום ג' סיון הבע"ל, געציילטע טעג פאר דעם יום-טוב פון מתן-תורה , און אין א יאר פון הקהל, וועט זיכער שטיין אונטער דעם איינדרוק פון ביידע ענינים: די הכנות צו קבלת-התורה און די באדייטונג פון הקהל.

סיי בא קבלת-התורה (אלע יאר) און סיי בא הקהל (איינמאל אין זיבן יאר) געפינען מיר אין תורה צוויי געמיינזאמע הויפט-שטריכן:

ערשטנס, איז אין ביידע פאלן געקומען צום אויסדרוק דער צוזאמענבונד און פאראיינציקונג פון אידישן פאלק. בא מתן-תורה - ויחן שם ישראל (לשון יחיד) - דאס אידיש פאלק איז געווען פארזאמלט ביים בארג סיני, ווי רש"י באמערקט אין נאמען פון מכילתא - כאיש אחד בלב אחד - ווי איין מענטש מיט איין הארץ. אלע אידן, מענער פרויען און קינדער, זיינען געווען פאראיינציקט מיט איין און דעם זעלבן געדאנק צו מקבל זיין די תורה ומצוות. און בא הקהל זאגט די תורה - הקהל את העם, האנשים והנשים והטף - פארזאמל דאס פאלק, מענער פרויען און קינדער, אויך מיט דעם צוועק למען ישמעו ולמען ילמדו..ושמרו לעשות את כל דברי התורה הזאת - צו הערן און צו לערנען..און היטן און טאן אלע מצוות פון דער תורה.

צווייטנס, ווערט אין ביידע פאלן אונטערשטראכן דער צענטראלער ארט פון דער אידישער פרוי: בא מתן-תורה - כה תאמר לבית יעקב - אלו הנשים, און בא הקהל - האנשים והנשים והטף.

דער צוזאמענבונד און פאראיינציקונג פון אידן צווישן זיך, און פון אידן מיט דעם אויבערשטן, איז מעגלעך נאר מצד דעם וואס אידן, אלע אידן אן אויסנאם, האבן א ג-טלעכע נשמה, חלק אלוקה ממעל ממש, און וואס די תורה ומצוות - אלקות ממש - פאראיינציקן אידן מיט דעם אויבערשטן.

און אין אט דעם צוזאמענבונד און פאראיינציקונג פארנעמען די אידישע פרויען א צענטראלן ארט.

דעריבער דארף די היי-יארידיגע אונטערנעמונג - עטלעכע טעג פאר קבלת-התורה און אין דעם יאר פון הקהל - ספעציעל זיין דורכגעדרונגען מיט דעם אינהאלט פון ביידע ענינים, בפרט אז די ארבעט פון דער קאמיטע איז דאך צו פארשטארקן און אויסברייטערן די מוסדות חינוך אין כפר חב"ד בארצנו הקדושה ת"ו, וועלכע פארנעמען זיך מיט דער דערציאונג פון די צוקונפטיגע דערציערינס און בויערינס פון אידישן פאלק.

השם יתברך זאל מצליח זיין אייער ארבעט אין א שטייגענדער מאס, און דער זכות זאל אייך אלעמען, מיט אייערע בני-בית שיחיו,

ביישטיין געבענטשט צו ווערן פון דעם אויבערשטן אין אלץ וואס מען נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות.

ט'שכה

נדפסה בלקו"ש חל"ג ע' 218.

א יאר פון הקהל: ראה גם לעיל אגרת ט'ריז, ובהנסמן בהערות שם.

קבלת התורה..הקהל: ראה גם לקמן אגרת ט'שלא.

ויחן שם ישראל: יתרו יט, ב.

הקהל את העם..דברי התורה הזאת: וילך לא, יב.

כה תאמר לבית יעקב - אלו הנשים: יתרו יט, ג ובמכילתא ופרש"י.

דער צוזאמענבונד..פון אידן צווישן זיך..נשמה: ראה תניא פרק לב.

חלק אלוקה ממעל ממש: שם רפ"ב.