ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט'שכו

[ימי הגבלה תשכ"ז]

דער יערלעכער לאנטשאן (י"א סיון הבע"ל) קומט היי-יאר פאר אין די טעג וועלכע זיינען נאך צוגעבונדן צום יום-טוב שבועות, און זיכער וועלן אלע אנטיילנעמערינס שטיין אונטער דעם פרישן איינדרוק פון זמן מתן תורתנו.

אידישע פרויען האבן ספעציעל פיל צו שעפן פון דער השפעה פון דעם יום-טוב פון קבלת התורה. ווארום, ווי באקאנט, זיינען דאך די פרויען געווען די ערשטע, צו וועמען דער אויבערשטער האט אנגעבאטן די תורה הקדושה, און זיי האבן די תורה באלד אנגענומען, ווי אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, דערקלערן די ווערטער: כה תאמר לבית יעקב - "אלו הנשים" - ותגיד לבני ישראל - "אלו האנשים". און דאס אונטערשטרייכט דעם גרויסן זכות פון אידישע פרויען - און צוזאמען דערמיט אויך זייער גרויסע אחריות - פאר תורה און מצוות.

און כאטש יעדן יאר ווערן איבערגע'חזרט אלע ענינים פון יום-טוב, איז אבער דאס גופא אן אנדייטונג, אז די צוגעבונדנקייט צו תורה און מצוות דארף באנייט און אפגעפרישט ווערן אין א שטארקערע מאס פון יאר צו יאר, ספעציעל נעמענדיק אין אכט, אז אויך די מענטשלעכע כוחות שטייגען פון יאר צו יאר.

עס איז דעריבער גאנץ פארשטענדלעך, אז אייער וויכטיקע ארבעט צו שטיצן די הייליקע מוסדות התורה פון ליובאוויטש דארף פארשטארקט און אויסגעברייטערט ווערן פון יאר צו יאר, בפרט אז אויך

די מוסדות התורה האלטן אין איין שטייגען און נויטיגען זיך אין א פארגרעסערטע הילף אלץ מער און מער.

דער אויבערשטער זאל געבן, אז די יערלעכע אונטערנעמונג זאל זיין מיט גרויס הצלחה און זאל אריינברענגען א פארשטארקטע אויפלעבונג אין אייער ארבעט, אין כמות און אין איכות, און בזכות זה זאלט איר אלע, מיט אייערע בני-בית שיחיו, געבענטשט ווערן מיט א צוגאב ברכות אין אלץ וואס מען נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות.

ט'שכו

נדפסה בלקו"ש חל"ג ע' 232.

כה תאמר לבית.."אלו האנשים": יתרו יט, ג ובמכילתא ופרש"י.