ספריית חב"ד ליובאוויטש

ט'שמג

ב"ה, ט"ו תמוז, ה'תשכ"ז

ברוקלין, נ.י.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו'

מו"ה ניסן שי' הכהן

שלום וברכה!

עס האט מיר געפרייט צו באקומען א גרוס פון אייך דורך הרה"ג והרה"ח וו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ בעל מרץ ורב פעלים וכו' מוה"ר ארי' ליב שי' קריימער. ער האט מיר אויך דערציילט וועגן אייער וויכטיגער מיטהילף אלס יושב ראש פון ועד הישיבה.

אויב אזא גרוס איז שטענדיג צופרידנשטעלנד, איז דאך עס

געוויס אזוי ווען מ'באקומט אים אין אזא גינסטיגע צייט ווי די סגולה טעג פון י"ב-י"ג תמוז, דער חג הגאולה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, וואס די ישיבה תומכי-תמימים ליובאוויטש פון מאנטרעאל איז דאך איינע פון זיינע וויכטיגסטע מוסדות. אייער ארבעט און הילף פאר דעם דאזיגען

מוסד - אן ארבעט און הילף וואס איר וועט זיכער זיך באמיען צו פארגרעסערן, ווי אלע גוטע און לעבעדיקע זאכן וועלכע דארפן וואקסן און בליען - וועט אייך און אלע אייערע שי' ביישטיין און ברענגען ג-טלעכע ברכות בכל המצטרך, און דער אויבערשטער זאל געבן אז איר זאלט אויפנעמען די ברכות אין גוטן געזונד און פרנסה בהרחבה, בשמחה וטוב לב.

אייער צדקה איז איבערגעגעבן געווארן פאר דעם ספעציעלן פאנד פון י"ב תמוז, וואס האט א באזונדערע באדייטונג היי-יאר, אזוי ווי עס איז געווארן 40 יאר פון דער באפרייאונג.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות.

בין המצרים..מן מיצר: ראה רשימות הצ"צ לאיכה ע"ו-ז.

מיצר (הגלות): להעיר מדרז"ל שכל המלכיות נקראו ע"ש מצרים ע"ש שהם מצירות לישראל (ב"ר פט"ז, ד).

לו..שיבוא: נוסח "אני מאמין". ובפיה"מ להרמב"ם ר"פ חלק היסוד הי"ב "להאמין ולאמת שיבוא ולא יחשוב שיתאחר".

היעוד: ירמי' לא, יב. וראה יל"ש ירמי' רמז רנט: עלה כו' על מנת כו' והפכתי גו'.

רשימות הצ"צ לאיכה ע' כו.

------------------------

ט'שמג

אייער צדקה..ספעציעלן פאנד: מגבית י"ב-י"ג תמוז, לטובת מוסדות "אהלי יוסף יצחק" (ראה ספר המנהגים-חב"ד ע' 100). וראה שיחת י"ב תמוז שנה זו סי"ג.

40 יאר: ראה גם לעיל אגרת ט'שלג, ובהנסמן בהערות שם.